היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גייט דער לץ נאכאמאל ניצן א ארון???

גייט דער לץ נאכאמאל ניצן א ארון???

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2893747

הולך_לבגץ » 17/5/2011 20:44


ווי יעדער גדענקט האט דער קדוש מרחם תלדות הארון פאריגע יאר געמאכט ליצנות פון די תורה הק' און ארויף צינדן א הדלקה כגירא בעינא דשיטנא מיט א ארון

דאס יאר איז ער נאך אויפן מינוט אויף דאטשע אין שווייץ, נאך זיין דאס יאר 5 וואכן דאטשע אין אמעריקא (ס"ה 2.5 פון דעם פאר געלט לטובת די מוסדות), 5 וואכן אויף דאטשע אין טבריה וגלילותי' מיט די בעדער ארום כידוע, 2 וואכן אין מירון 1 וואך אין ברזיל, 1 וואך אין פראנקרייך, 1 וואך אין שווייץ. און פארן גיין 6 וואכן דאטשע אין עסטרייך אויפן זומער המתקרב ובא

וועט ער אויפגעבען אויף די עבודת הקודש אין מנוחת הנפש לטובת די גירא???
וועט דער שיטנא עם נישט פארכאפן אויף נאך 3 חדשים דאטשע דאס יאר???


דא איז די ארונות וואס זענען שוין גרייט אויפ'ן מעמד הגירא
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי » 17/5/2011 23:00

דער קלויזענבורגער ע"ה האט זיך אמאל געפערליך געקאכט, הלמאי אז דער באבובער רב האט געפירט טיש 
-אום סוכות- בשעת א רעגן, ברבים אין ביהמ"ד =טייטש חוץ לסוכה.

ווען מ'האט דאאיבערדערציילט פאר רבי שלמה'לע זצ"ל, האט ער בצחות לשונו געענטפערט "איך ווייס נישט אויב די חוץ לסוכה באדערט אים, אבער דער ברבים דאס קוועטשט אים זיכער......
*
דאס זעלבע דא אויכעט.