היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווער איז דער פרויליך?

ווער איז דער פרויליך?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2893744

מלך_מלכים » 17/5/2011 20:35

די ארונים זענען אויף טישן אין בענק, סאיז הימל אין ערד מיט פרויליך.

א מעשה פארציילן זיי, אז ער איז אריין אין כנסת המינים, אין עדה איז אויפגעשוידערט, אין דאס איז נישט אלעס, זיי האבן אים תיקף געקרונט אלץ יושב ראש פון אתרא קדישא, איינער ווייסט אפשר ווער דער פרויליך איז? צו איז ער טאקע אריין אין כנסת המינים? האט ער שייכות מיט אתרא קדישא?

סטראבערי » 18/5/2011 01:36

ווען אימער אמעריקע פלעגט - אין די פאר ביןן-לאדין-געכאפט עפאכע - 
פאקן א טעראריסט פלעגן זיי אלס שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות 
"נומער 3 על-קאידא טעראריסט געכאפט!"
און אני בעניי פלעג זיך אלס שטיין און וואונדערן, 'כ'מיין, וויפיל נומער 3 פאזיציעס איז דא אין על-קאידא???
און נאכמער, ווי האט פיגורירט זיין אומבאוואוסטע נאמען בעפאר מ'האט אים געפאקט?
*
אט אזוי (בערך...) קוקט אויס די געמויזעכטס מיט רב פרויליך.

מלך_מלכים » 18/5/2011 19:16

עס קוקט אויס ווי ר' דוד שמידל האט ריטייערט, אין פרויליך האט אים איבערגענומען, ווארטס נאך אביסל אין ער גייט ווערן דער פרעזידענט פון אמעריקע 

_________________

אומזיסט » 18/5/2011 22:02

מלך זיי נישט קיין בהמה, פרויליך איז פון די אקטיווסטע עסקנים פון אק

_________________

מלך_מלכים » 18/5/2011 23:11

אקטיווע עסקן? מעגליך, פירער? זיכער נישט, קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען.

אומזיסט » 19/5/2011 02:20

דאס אז דו האסט נישט געהערט זיין נאמען מיינט נישט גארנישט. במציאות איז ער א וועטעראן עסקן מער ווי טייטלבוים און אטיק. זיי זענען בלויזע שיק אינגלעך.

_________________

קנאקעדיק » 26/5/2011 23:58

כאפטס א בליק אינעם חומת הדת די פארגאנגענע וואך וועט איר שוין זעהן ווער פרויליך איז

גרינטושי » 27/5/2011 00:40

פרויליך איז א סוחר פון אנטיק
ער מאכט כסדר אקשען'ס אין האטעלן און ירושלים אויף אידישע אנטיק

עםהארץל » 27/5/2011 00:55

מן הסתם פארקויפט ער די זאכן וואס אתרא קדישא גראבט ארויס