טראצדעם וואס דער ריכטער האט אפגעווארפן דער אפיעל פארלאנג, און ער האט בלויז פריש באשטעטיגט דער אורטייל פונעם ניגעריגען געריכט אז הבחור יעקב יוסף בן ריזל זאל דארפן ליידער שמאכטן זעקס יאר אין טורמע, קען מען אבער פריי אפאטעמען און ווייטער מתפלל זיין אז די ווייטערדיגע פרעצעדורן וועלכע פארמאגען גוטע שאנסן זאלן מצליח זיין.
וויבאלד דער נידעריגער ריכטער האט געהאט געזאגט אז מען וועט קענען אראפרעכענען די דריי יאר וואס ער האט שוין געשמאכטעט, און צוגאב אויב ער וועט זיך אויפפירן גוט וועט מען אראפרעכענען נאך, בלייבט איבער אינגאנצן ניטאמאל א יאר, וואס אין די צייט וועט מען ארבעטן און קענען ערלעדיגען מיטן ארטיגען געריכט אז דער בחור זאל קענען ווערן אויסגעליפערט קיין ארץ ישראל, און פון דארט און ווייטער צו זייער ענדגילטיגער באפרייאונג, אזוי ווי עס איז געווען ביים ערשטן בחור אי"ה.
בלייבט איבער ווייטער מתפלל צ זיין, אז אונזערע ברודער וועלכע שמאכטן נאך אין יאפאנעזער טורמע זאלן שוין ענדגילטיג באפרייט ווערן, און זיך צוריק פאראיינגען מיט זייער פאמיליעס בסייעתא דשמיא, בקרוב ממש.
_________________