דער רב שליט"א איז געקומען מיט א באגלייטונג פון א חשובע דעלעגאציע פון ראה"ק והמוסדות פון סאטמאר פון איבעראל.
היינט האט דער רב שליט"א באזוכט ביי פשעווארסקער רבי שליט"א.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 13/05/2011 16:30:01
תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 13/05/2011 16:30:01
דערהויבענער באזוך פון הגה"צ אב"ד קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א אין אנטווערפען יצ"ו
פרייטאג ערב שב"ק
דעם היינטיגן פרייטאג ערב שב"ק פ' בהר אינדערפרי איז דער רב שליט"א אנגעקומען קיין אנטווערפען בשעטומ"צ, אינאיינעם מיט די מקורבים און ראשי וחשובי קהילותינו הקדושות פון אמעריקע.
דער רב שליט"א איז צוגעפארן צו היכל בית מדרשינו ווי מען האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט א שיינע ציבור פון אנשי שלומינו. ווען דערביי האט דער ציבור שלום גענומען און זיך ווארעם באגריסט מיטן רב שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רב שליט"א געגאנגען צום בית האכסניא אין שטוב פון ידידינו מוה"ר הערשל ווייס הי"ו חבר הנהלת קהלתינו הק'.
נאך א קורצע וויילע איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען באזוכן די רבני העיר שליט"א.
צו ערשט איז מען געגאנגען צו הגאון ר' אליהו שטערנבוך שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת, וועלכער האט אויפגענומען דעם רב שליט"א בכבוד גדול, און עס איז פארפיהרט געווארן א שיינער שמועס, בתוך הדברים איז אריינגעקומען די געוואלדיגע מעלות און הידורים פונעם "בית השחיטה" אין קרית יואל ווי דער ראב"ד שליט"א האט לעצטענס באזוכט, וואס דער ראב"ד שליט"א האט זיך ארויסגעדרוקט אז ממש אין דוגמתו אין דער וועלט, און ווער עס איז דאס מכחיש איז כמכחיש שמש בצהרים.
ארום צוויי אזייגער איז מען אנגעקומען למעונו פון האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם רב שליט"א מיט א געוואלדיגן כבוד און הערצה.
אינאיינעם מיטן רב שליט"א האבן זיך אויך אנגעזעהן: הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו גבאי נאמן דביהמ"ד הגדול, הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו גזבר הקהלה, און נאך.
עס איז פארפיהרט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, קודם פונעם ראפשיצער רב זי"ע, און דערנאך פון נאך צדיקים וקדושי עליון.
דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט דאן אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א ברכות לרוב, און איהם ארויסבאגלייט ביז צום הויפט טיהר ביי די גאס און זיך דאן נאכאמאל געזעגנט בכבוד ובהערצה.
דערנאך איז מען אריבער צו הגה"צ ר' אהרן שיף שליט"א דער מרא דאתרא, ביי וועלכן עס האט זיך אנטוויקלט א גאר שיינער הלכה'דיגער שמועס, ווי אויך בסיפורי צדיקים אין כמה וכמה ענינים.
אום מוצאי שב"ק וועט דער רב שליט"א ממשיך זיין מיט די באזוכן ביי די אנדערע רבני ודייני העיר שליט"א.
לקראת שבת לכו ונלכה
מיט א געהויבענעם געמיט גרייטן זיך אנשי שלומינו היקרים תושבי אנטווערפען - וגם לרבות די חשובע געסט ואורחים חשובים וועלכע זענען געקומען מארבע פינות העולם - מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שב"ק בראשות דעם אורח הדגול מרבבה הגאון הצדיק דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.
פרייטאג צונאכט'ס וועט מען דאווענען מנחה (ביים צווייטן מנין) בשעה 9:50. און נאכן דאווענען וועט דער רב שליט"א פראווען די סעודת ליל שב"ק אויף א געהויבענעם שטייגער בצוותא חדא מיט די חשובע געסט בבית האכסניא אין שטוב פון מוה"ר הערשל ווייס הי"ו.
נאך די סעודה וועט דער רב שליט"א אריבערקומען בהיכל בית מדרשינו, ווי עס וועט געפראוועט ווערן א "באטע". לקל ברוך נעימות יתנו.
שב"ק אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום האלב צעהן, און בעפאר קריאת התורה וועט דער רב שליט"א אויפטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה פאר אנשי שלומינו שיחי' בשליחות הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.
נאכן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבה לרגל הולדת הבת ביי האברך החשוב, מרבני כוללינו, מוה"ר נח צבי לעווי הי"ו, איידעם פון הרה"ג ר' חיים יודא רוטנער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה.
כמעשהו בליל שב"ק כך מעשהו ביום השב"ק, ווען די סעודה וועט געפראוועט ווערן אויף א געהויבענעם אטמאספערע אין שטוב פון ידידינו הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק'.
שב"ק נאכמיטאג אום האלב אכט וועט דער רב שליט"א אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה בדבר הלכה ואגדה בהיכל בית מדרשינו, וועלכע וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאנדירן דעם פלייץ פון הונדערטער אידן וועלכע וועלן קומען זיך צוהערן צו די דברים נעימים פונעם פה מפיק מרגליות.
צוליב'ן צורישן דעם ביהמ"ד צו די דרשה, וועלן די חשובע טאטע'ס און קינדער וועלכע לערנען יעדע וואך אינעם מסגרת פון "ושננתם לבניך", לערנען אינעם עזרת נשים דבית מדרשינו.
נאך די דרשה וועט דער רב שליט"א ארויפגיין צום היכל עזרת נשים דבית מדרשינו ווי עס זענען פארזאמלט מדי שבת בשבתו צענדליגע תינוקות של בית רבן, און דער רב שליט"א וועט משמיע זיין קורצע דברי חיזוק.
ביני לביני וועלן די עסקנים פון פריש צורישן דעם היכל הביהמ"ד צו סעודה שלישית רעווא דרעוין, ווען דער רב שליט"א וועט משמיע זיין דברי חיזוק והתעוררות.
די שב"ק אנטשפרעכט צו זיין גאר א געהויבענער און א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש.
ויהי ממחרת
זונטאג אינדערפרי וועט דער רב שליט"א אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור דאווענען תפלת שחרית בהיכל בית מדרשינו אום ניין אזייגער.
נאך שחרית וועט פארקומען א עלעגאנטע פרישטאג ספעציעל פאר געלאדענטע געסט קרואי מועד, לטובת דעם "קרן הבנין" שע"י קהלתינו הק'.
די פרישטאג וועט פארקומען אין שטוב פון ידידינו הרה"ח ר' יודא יעקב יוסף שטיין הי"ו, און עס וועלן אויפטרעטן מראשי קהלתינו הק' און איבערגעבן גענויע דעטאלן ווי מען האלט איצט.
מעמד חגיגת "הנחת אבן הפינה"
שפעטער מיטאג צייט וועט פארקומען די מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין ביהמ"ד הגדול, בהשתתפות קהל רב.
צום מעמד ווערן ערווארטעט א פרישע פלייץ פון געסט אנ"ש, הויפטזעכליך פון עיה"ב לאנדאן יצ"ו, ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים רבני קהלותינו הק' פון לאנדאן און מאנטשעסטער שליט"א.
עס וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט א לייו-הוקאפ פונעם גרויסן מעמד אויף "קול סאטמאר", אום זונטאג ארום איינס אזייגער אויפן היגן זייגער (זיבן אזייגער אינדערפרי אין ניו יארק, און צוועלף אזייגער מיטאג אין לאנדאן).
מער פרטים פונעם גרויסן מעמד, וועלן אי"ה נאכפאלגן ביים באריכט פון זונטאג.
-זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו-
•♦•
באזוך פון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א אין אנטווערפן
לרגל די מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין ביהמ"ד החדש
באזוכט ביי פשעווארסקע'ר רבי שליט"א





באזוכט ביי הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א



♦♦♦
התרוממ'תדיגער שבת אין אנטווערפן מיט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו בוומסב"ג שליט"א
ליל שב"ק
מיט גאר שווערע געפיהלן האבן אנשי שלומינו תושבי אנטווערפען, ווי אויך די חשוב'ע געסט שיחי' זיך געקענט שיידן פונעם געהויבענעם שב"ק וואס איז נארוואס אפגעראכטן געווארן אין אנטווערפען יצ"ו, אינאיינעם מיטן אורח הדגול הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.
ערב שב"ק אריינקומענדיג בהיכל בית מדרשינו האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד, זעעהנדיג א פוהל געפאקטער ביהמ"ד, כולם נקבצו ובאו לך, ווען דערביי באגריסן זיך גאר ווארעם ידידים וחסידים פון אלע עקן וועלט.
ארום צען צו צעהן איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו צו תפלת מנחה. דער רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט גרויס התרוממות הנפש.
מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וועלכער האט פארגעדאווענט מיט גרויס נעימות.
נאכן דאווענען האט זיך געשלענגט א לענגערע רייע ביים "גוט שבת" זאגן, ווי אויך אידן וועלכע זענען געקומען שלום נעמען פון איבער די גאנצע שטאט.
די סעודת ליל שב"ק איז דערנאך אפגעראכטן געווארן אין א געהויבענע אטמאספערע בבית האכסניא אין שטוב פון מוה"ר הערשל ווייס הי"ו.
נאך די סעודה איז דער רב שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד, ווי עס איז געפראוועט געווארן די "באטע" אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, שבח יקר וגדולה וכבוד יתנו לקל מלך יוצר כל, ווען די באטע איז פארענדיגט געווארן אזוי שפעט ווי צעהן נאך דריי ביינאכט.
ויהי ביום השב"ק
שבת אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום האלב צעהן. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען האברך החשוב מוה"ר ישעי' יעקב דאסקאל הי"ו, און צו תפלת שחרית איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען. און ביי הויעך שמו"ע איז צוגעגאנגען הרבני הנגיד הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו פון וויען.
א שטילקייט האט געהערשט אינעם היכל הביהמ"ד ווען דער רב שליט"א איז ארויף ביים ארון הקודש, און אנגעהויבן משמיע צו זיין דברי הדרכה והתחזקות פאר אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר.
בראשית דבריו האט דער רב שליט"א מקדים געווען איבער די שם טוב פונעם ביהמ"ד וואס איז פקי' שמי' אלס א חסיד'ישער ביהמ"ד, און איז בבחי' כולך יפה רעיתי. און האט דערמאנט וואס אביו הגדול דער רב שליט"א האט באפוילן איבערצוגעבן אז מען זאל זעהן נישט נאכצולאזן נאר אדרבה זיין בבחי' מוסיף והולך.
דער רב שליט"א האט דערמאנט בפרטיות עטליכע ענינים, און דערביי געטייטשט שיינע געדאנקן און מאמרי חז"ל בעניני דיומא.
די עליות איז צוטיילט געווארן פאר ראשי ונכבדי קהלתינו הק' קהל יטב לב ד'סאטמאר פון איבער די וועלט, און שישי האט עולה געווען דער רב שליט"א.
מוסף האט פארגעדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' אלי' בצלאל שרייבער הי"ו מטובי קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה בהיכל בית מדרשינו לרגל די שמחת הולדת הבת ביי האברך החשוב מוה"ר נח צבי לעווי הי"ו, חתן הרה"ג ר' חיים יודא רוטנער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה.
אויך האט דער ציבור געוואונטשן מז"ט פאר הרה"ג ר' שלום יצחק שעהר שליט"א ר"מ בישיבה קטנה, לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער עב"ג החתן נ"י בן מוה"ר שמואל יצחק קליין הי"ו פון ירושלים עיה"ק, בן הרה"ג ר' חיים שלום שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' בבני ברק.
כמעשהו בליל שב"ק כך מעשהו ביום השבת ווען די סעודה איז פארגעקומען אין א געהויבענע אטמאספערע בראשות פון רב שליט"א, בבית הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק'.
בשעה שהחכם יושב ודורש
שב"ק נאכמיטאג אין די באשטימטע שעה איז די היכל הביהמ"ד בליץ שנעל פוהל געווארן עד אפס מקום - עס האט נישט געהאלפן אז די היכל הביהמ"ד איז ספעציעל אויסגעליידיגט געווארן פון רוב טישן און איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אריינצונעמען אין זיך א גאר גרויסער ציבור - פון די הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען זיך צוהערן צו די דברי פי חכם חן פונעם אורח הדגול דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א.
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן בדברי פלפול אין די סוגי' פון עשה דוחה לא תעשה, און איבער די סוגי' פון "נבילה וטריפה לא יאכלו הכהנים", ווען דער רב שליט"א האט באופן נאה מקשר געווען חבל בחבל ונימא בנימא.
דאן איז דער רב שליט"א אריבער צו דברי אגדה, און האט מעורר געווען דעם ציבור איבער די כלים מכלים שונים וועלכע טארן זיך נישט געפונען ביי א איד, און איבער'ן אויסלעשן די טעלעפאן ביים דאווענען.
א לענגערע צייט האט דער רב שליט"א דערנאך מעורר געווען בענין קביעת עתים לתורה, וועלכע איז די איינציגסטע זאך וואס האלט דעם מענטש ביי אידישקייט.
דער רב שליט"א האט דאן ארויסגעברענגט לשבח די שטאט אנטווערפען, וואס מיט דעם אלעם וואס א גרויסער טייל פונעם ציבור מוטשעט זיך על המחי' ועל הכלכלה, עם כל זה איז עס נאך אלץ א ארט פון ווי עס גייט ארויס שווערע סכומים פאר אלע ערליי צדקה צוועקן, און איז אויסגערופן אין די וועלט איבער אירע מעשי צדקה וחסד וגמילות חסדים.
דער רב שליט"א האט דאן אויך מעורר געווען בעניני אמונות ודיעות, איבערן התבדלות מרשעים, בנוגע די נגע הציונית בכל שום וחניכא דאית להו.
דער רב שליט"א האט דאן אויסגעפיהרט מיט ווארעמע ברכות און וואונטשן פארן גאנצן ציבור. (מיר טוהן דערמיט קלארשטעלן אז מיר האבן נאר אראפגעשריבן פונקטן פון די דרשה, און עס איז מעגליך אז מיר האבן עפעס פארזעהן אדער אויסגעלאזט, ואתכם הסליחה).
דאן איז דער רב שליט"א ארויף צום היכל העזרת נשים דבית מדרשינו, ווי עס זענען מדי שבוע בשבוע פארזאמלט צענדליגע ילדי תשב"ר אין די ראמען פון "חברת תהלים", ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די קינדער.
חדו השתא בהאי שעתא דבי רעוא דרעוין
ביני לביני האבן די עסקנים אנגעגרייט דעם היכל הביהמ"ד פאר סעודה שלישית.
כנהוג בהיכל בית מדרשינו איז די שלש סעודות אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, ווען דערביי האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין והתעוררות צו גיין בדרכי ה' ותורתו הק'.
במשך דעם גאנצן שב"ק זענען די מיילער פון די חשובע געסט, געווען פוהל מיט לויב אויף קהלתינו הק', הן מצד די ווארעמקייט און הכנסת אורחים וואס דער ציבור האט ארויסגעוויזן, און הן איבער די שיינקייט און פראכט פון די קהלה, וועלכע איז ממש א יחיד במינו אין דעם הינזיכט ווען אלע מתפללים ולומדים זענען כולם אהובים כולם ברורים, זקני הקהלה, חשובע בעלי בתים, ואברכים יקרים המסולאים בפז.
המשך פונעם סדר היום מוצאי שב"ק די המשך פון באזוכן ביי רבני ודייני העיר שליט"א, זונטאג, און איבערהויפט די גרויסע מעמד "הנחת אבן הפינה" צום בנין ביהמ"ד הגדול און די מקוה טהרה דקהלתינו הק', וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•

באזוך פון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א אין אנטווערפן
לרגל די מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין ביהמ"ד החדש
באזוכט ביי הגאון ר' אלי' שטערנבוך שליט"א ראב"ד אנטווערפן
אום ערש"ק


טיילווייזער בילד פון ברכהמ"ז מוצש"ק נאך שלש סעודות


ביי הבדלה בבית האכסניא אין שטוב פון מוה"ר הערשל ווייס הי"ו


באזוכט ביי האדמו"ר מ'ספינקא אנטווערפן שליט"א


באזוכט ביי האדמו"ר מ'שאץ אנטווערפן שליט"א


באזוכט ביי האדמו"ר מ'זימיגראד שליט"א

באזוכט ביי הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו אנטווערפן שליט"א







באזוכט ביי הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א


באזוכט ביי הרה"צ רמ"א רייך שליט"א צ'פשעווארסק

האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א ביי ביקור גומלין ביים רב שליט"א
ווערן געזעהן: הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג, הרבני הנגיד מוה"ר פרץ לעפקאוויטש הי"ו ראה"ק דקיט"ל אנטווערפן, און הרבני החסיד מוה"ר שלום אליעזר פראנקעל הי"ו, גזבר קיט"ל




ביים ספעציעלן באנקעט לטובת קרן הבנין ביהמ"ד החדש
ווערן געזעהן הגאוה"צ רבני קהלתינו לאנדאן און מאנטשעסטער שליט"א



די מודעות אויף שב"ק אויף די ווענט אין ביהמ"ד

די בוי פלענר פון ביהמ"ד החדש


הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א קעהרט זיך אום למעונו נאך שיינע טעג אין אנטווערפן
פאלגענד איז דער באריכט פון די נסיעה ביז ווי מיר האבן באריכטעט ביז אצינד.
מוצאי שב"ק נאך מעריב האט גענומען א לענגערע צייט ביז ווילאנג דער ציבור איז אדורך זאגן 'א גוטע וואך', און דערנאך איז דער רב שליט"א אינאיינעם מיט די פמליא אריבער צום בית האכסניא ווי דער רב שליט"א האט געמאכט הבדלה.
נאך א קורצע וויילע האט דער רב שליט"א ממשיך געווען מיט די באזוכן בבתי רבני ודייני העיר שליט"א, ואלו הן (לויט די סדר פון די באזוכן). כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, הרה"ג ר' עמרם האניג שליט"א דומ"ץ קהלת מחזיקי הדת, הרה"ג ר' יצחק זעקל פאללאק שליט"א דומ"ץ קהלת מחזיקי הדת, כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, הרה"ג ר' משה האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ באבוב, הרה"ג ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל "ויען דוד", און כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א.
זונטאג
זונטאג אינדערפרי פ' בחקותי האט דער רב שליט"א געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו אום ניין אזייגער.
תיכף נאך שחרית איז פארגעקומען די עלעגאנטער פרישטאג בלויז פאר געלאדענטע געסט ונדיבים בעם, אין שטוב פון ידידינו הרה"ח ר' יודא שטיין הי"ו.
ביים פרישטאג איז אויסגעטיילט געווארן פאר אלע משתתפים א הערליכער דעטאלירטער בראשור, מיט די ענדגילטיגע בוי פלענער פונעם נייעם בית המדרש, ווי אויך די זכותים אינעם בנין וואס שטייען צו פארקויפן, וכל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול.
בערך ארום צוועלף אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א געקומען אויף א צוריק באזוך אינעם בית האכסניא פון רב שליט"א, ווי עס האט זיך אנטוויקלט א גאר שיינער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
מעמד "הנחת אבן הפינה"
פון דארט איז מען צוגעגאנגען צום מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין ביהמ"ד הגדול און די מקוה טהרה, וואס איז פארגעקומען אינעם חצר פונעם בנין בית מדרשינו.
מיר וועלן נאר אראפשרייבן די פרטים פונעם מעמד בקיצור נמרץ.
אלס יו"ר המעמד האט געדינט מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו, וועלכער האט באגריסט די חשובע ראשי הקהלה מכל קצוות תבל, וואס טייל פון זיי האבן שוין געוויילט דאהי אויף שב"ק, און טייל זענען געקומען צופארן היינט זונטאג צום "הנחת אבן הפינה", ועל צבאם די רבני הקהלות: הגה"צ ר' ישראל חיים הורוויץ שליט"א רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א רב דקהלתינו הק' לאנדאן, און דער געהויבענער גאסט הגאון הצדיק רב דקהלתינו הק' וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט געוויילט ביי אונז אויף שב"ק.
די סדר פון די דרשות זענען געווען ווי פאלגענד: הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א, הגה"צ רב דקהלתינו הק' לאנדאן שליט"א, הגה"צ ר' אהרן שיף שליט"א גאב"ד מחזיקי הדת אנטווערפען, און הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.
בשעת'ן מעמד האט אויף אייניגע מינוט אביסל גערעגנט, אבער עס האט זיך דערנאך תיכף איינגעשטילט, און עס איז צוריק געווארן שיין וועטער אויף במשך דעם גאנצן מעמד רבתי.
מען קען הערן דעם גאנצן מעמד אויף "קול סאטמאר" ביי די מסיבות אפטיילונג, נומער 5 און דערנאך 3 פון די מעין מעניו.
נעכטן נאכט האט זיך הגה"צ אבד"'ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א אומגעקערט בשטומ"צ פונעם שיינעם באזוך אין שטאט אנטווערפן ווי עס איז געבליבן א רושם פונעם הערליכען באזוך אויף א לאנגע צייט.
-בורא עולם בקנין השלם זה הבנין-
•♦•
נאך בילדער פונעם באזוך פון
הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א
אין אנטווערפן
לרגל די אבן הפינה צום בית מדרשינו החדש
פשעווארסקע'ר רבי שליט"א אין א שמועס מיט הרה"ח מוה"ר יצחק ראזענבערג שליט"א ס. ראה"ק דקהלתינו הק' אין וומסב"ג, נאכ'ן באזוך פון הגה"צ וויליאמסבורג'ער רב שליט"א במעון קדשו

הגה"צ ר' משה האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ באבוב אנטווערפן
באגלייט ארויס דעם רב שליט"א נאכ'ן באזוך

ביים באזוך ביי הרה"ג ר' חיים דוד ווייס שליט"אר בעל ויען דוד



נאכ'ן ביקור גומלין פון פשעווארסקע'ר רבי שליט"א ביים רב שליט"א

ראשי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג און קרית יואל באזוכן בית מדרשינו אין אנטווערפן

♦♦♦
תוקן על ידי האנדא ב- 17/05/2011 22:26:58
_________________
_________________
מעמד הנחת אבן הפינה צום בנין בית מדרשינו החדש אין אנטווערפן
בהשתתפות גדולי רבני העיר אנטווערפן
ובראשם רבני קהלתינו אייראפע שליט"א
ועל צבאם הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א
נעכטן - זונטאג העעל"ט

רבני קהלתינו וויליאמסבורג, לאנדאן, מאנטשעסטער שליט"א קומען אהן צום מעמד


מוה"ר ישראל יצחק היימאן הי"ו, יו"ר


הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א טרעהט אויף ביים מעמד



♦♦♦

♦♦♦

די קינדער-קאפעליע ביים מעמד אונטערן אנפירערשאפט פון האברך החשוב הר"ר שמואל אלתר באנעט הי"ו (געזעהן אין צענטער)לינקס ווערט געזעהן בעל מנגן מוה"ר יודא הערש שווארץ הי"ו

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א באשיינט דעם מעמד



הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א טרעהט אויף ביים מעמד
ווערן געזעהן האדמורי"ם מספינקא ומשאץ אנטווערפען שליט"א און הרה"ג דומ"ץ צאנז קלויזנבורג שליט"א


ווערן געזעהן ראשי קהילה ומנהלי מוסדותינו הק' פון איבער דער וועלט

האדמו"ר מ'זמיגראד שליט"א ביים מעמד

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א טרעהט אויף ביים מעמד




ווערן געזעהן: הגאון ר' יודא טרעגער שליט"א ר"מ ישיבת ווילרייק, און הגאון ר' אליעזר פרייפעלד שליט"א רב דביהכ"נ אייזנמאן




הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הרה"ג ר' חי"ד ווייס שליט"א בעל ויען דוד ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הגה"צ ר' משה האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ באבוב ביים לייגן דעם גרונד-שטיין

הרה"ג ר' יצחק זעקל פאללאק שליט"א דומ"ץ קהלת מחזיקי הדת ביים לייגן דעם גרונד שטיין

♦♦♦
_________________
| [בילד – נישט אפגעהיט] |
| |||||||||||
| ||||||||||||
_________________
_________________
תוקן על ידי היראים ב- 19/05/2011 21:49:34