און די זאליס האבן אנגעהויבן א שמיציגער קאמפיין ניסח זאליס, קעגן דעם צדיק, מיט די גרעסטע מאס חוצה, עזות, ניוול פה, ליגיונת, בלוט בילבולים , אויפן ערגסטען פארנעם, וואו ריכטיגע זאליס תלמידי ר' שימעלע דשיגאן שר''י ומ''מ ותלמידו כבנו ר' זאלישל, אלעס צילוב דעם וואס כ''ק אדמו''ר מספינקא שליט''א פאלגט אויס די צוואה פון זיין הייליגען טאטען כ''ק הגה''ק רבי הערשלע מספניקא זי''ע, וואס האט באפוילען פאר זיינע קינדער זיך נאנט צו האלטען מיט סאטמאר, דעריבער קימט ער מיט אלע זיינע קינדער אריבער יעדעס יאר נאך דעם וואס ער ענדיגט זיין הייליגע עבודה שמח''ת ביי זיך און בית מדרש, און בית מדרש קהל יטב לב ד'סאטמאר, מיט צו האלטן די הקפות פון דעם צדיק הדור כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א,
און די זאליבאנעס קענען דאס נישט אראפ שלינגען, עס מאכט זיי טאנצען וואו ווילדע פערד, מיט פעפער אויף די וויידלן רח''ל
דעריבער גיסן זיי אויס זייער כעס, שנאה, נקמה געפילן, קעגן דעם צדיק כ''ק אדמו''ר מספינקא שליט''א
אנשטאט אז די ווינט מאכעס די אחים שפיצער זאלן שטיין און דער זייט, און זיך נישט מישן און די זאלי געמויזעכס, נעמען זיי א צד און באשמיצען און העצן קעגן כ''ק אדמו''ר מספניקא שליט''א, און זיי רעדן זיך נעבאך איין אז דאס הייבט די כוח פון כ''ק רבי אייזיק מספינקא שליט''א,
טייערע בני שפיצער, פינקט קאפויער, וואס מער איר זענט זיך מתחבר צו די אנשי רשע, צו רבי זאלישעל מיט זיינע שווענץ, ווערט איר נאר מער און מער אראפ געקיקט, און די כבוד פון כ''ק רבי אייזיק שליט''א ווערט נשפל ומביזה ביי יעדען יוד אויף דער וועלט,
איר ווילט בויען רבי אייזיק שליט''א? שטייט אוועק פון די אנשי רשע, האט נישט קיין חלק און זייער געמיינע מעשים, וועט איר זען וואו די כבוד פון כ''ק רבי אייזיק וועט וואקסן ביזן הימעל, !!!!