זעט אויס אז א קלויזנבורגער האט זיך אויפגעקאכט לכבוד ה ' אייר , און ער שרייבט ווי א בעלזער חסיד כלומר'שט , כהאי לישנא:
און דער בעל דברי יואל נישט נאר איז ער אוועק געפארן און זיך אריבער געצויגן קיין חוץ לארץ נאר האט זיך נאך ערלויבט צו פראבירן אנטיילען "פון חוץ לארץ " פאר גדולי ישראל און א"י וואס צו טיען און וואס נישט צו טיען און ווי אזוי זיך צו פירן וכו '. און האט פוער פיו געווען אנטקעגן זיי מיטן זיי אנריפן " אלה שכרעו לבעל " און נאך . ווי אויך האט ער זיך ערלויבט און זיך אויסגעדריקט אנטקעגען רשכבה"ג כ"ק מרן אדמו"ר ר ' אהרן מבעלזא זצ"ל אהרן עשה את העגל אז ער איז ווי דו רבנים און כת שבתי צבי רח"ל ( עפרא לפומה ).
די סאטמארער חסידים זענען געווארן שרעקליך דערשראקן און פארלוירן . פארענטפערן זיי זיך איינער נאכ'ן אנדערן בהכנעה גדולה אז ס'איז נישט ממש אזוי ... דער סאטמארער רבי זצ"ל האט נישט געזאגט אזוי נאר אזוי ...
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר !
איז סאטמארער רבי זצ"ל נישט געווען אזוי " רשכבה"ג כ"ק מרן אדמו"ר ר ' יואל מסאטמאר זצ"ל ", גענוי ווי בעלזער רב זצ"ל איז געווען " רשכבה " ג כ"ק מרן אדמו"ר ר ' אהרן מבעלזא זצ"ל "?
איז סאטמארער רבי זצ"ל נישט געווען א גדול בתורה וביראה ובחסידות וקדושה וכו ' וכו ' און אזא אנערקענטער מנהיג ישראל ווי בעלזער רב זצ " ל ?
קען איינער בדורינו זיך וואגן צו מעסטן די מעלות בכמות ובאיכות פון אזעלכע ראשונים כמלאכים זי"ע , צו קענען באשליסן אז סאטמארער רבי זצ"ל איז נישט געווען אזוי גרויס ווי בעלזער רב זצ"ל אין יעדן הינזיכט ?
דערצו אזא מין אקסישער אויסדרוק " ער האט זיך ערלויבט און זיך אויסגעדריקט אנטקעגן " - פון וועמען האט ער געדארפט בעטן רשות איידער ער האט זיך " ערלויבט "?
האט דען סאטמארער רבי זצ"ל נישט געהאט די פולע רעכט ארויסצוזאגן זיין מיינונג פונקט ווי בעלזער רב זצ"ל האט געמעגט זאגן זיין מיינונג ?
אויב דער גדול בתורה וכו ' ומנהיג אלפים מישראל האט מברר געווען כדת של תורה און געווען איבערצייגט אז אנדערע גדולי תורה האבן א טעות , האט ער עס געדארפט פארשווייגן און נישט ארויסזאגן דעם אמת , ווייל עס געפעלט נישט פאר דעם אדער יענעם ?
אוודאי איז עס נישט געשמאק פאר די אני ואפסי בעלזער חסידים , וועלכע פארטראגן נישט קיין אנדערן צדיק און רעדן מיט זלזול קעגן אלע גדולי וקדושי הדורות , וואס האבן זיך נישט מכניע געווען פאר בעלז .
ומהאי טעמא טיטולירן זיי אויך דעם היינטיגן בעלזער רב אלס "רבן של כל בני הגולה" און ענליכע טיטלען , מיט קיין האר נישט ווייניגער ווי די פריערדיגע צדיקים , ווייל בעלז איבער אלעם !
מילא די בעלזער פארשטיי איך . סאטמארער רבי זצ"ל שטייט זיי אין וועג , ער האט געטשעפעט דעם אני ואפסי פון בעלזער חסידים . דעריבער דערוואגן זיי זיך צו שרייבן מיט אזא זלזול קעגן אזא לייב ושר התורה ווי סאטמארער רבי זצ"ל . אבער
פארוואס ווערן די סאטמארער אזוי דערשראקן ?
ניין ! איר דארפט זיך נישט שעמען מיט אייער רבי'ן ! ער איז אחראי אויף יעדן ווארט וואס ער האט געזאגט ! דער רבי זצ"ל האט אפגעשריבן א תשובה להלכה ולמעשה און מברר געווען דבריו כשמלה . אלעס איז קלאר .
סאטמארער רבי זצ"ל איז געווען רב גובריה און ער האט געמעגט זאגן אלעס וואס ער האט געוואלט זאגן . קיינער דארף זיך פאר זיין כבוד נישט אננעמען , און אוודאי אים נישט פארענטפערן מיט אזא זלזול'דיגע התרפסות פאר די בעלזער אני ואפסי חסידים .
און דעם קלויזנבורגער חסיד הכותב ווילן מיר פרעגן :
פארוואס פרעגסטו פון בעלז? פארוואס שרייבסטו נישט "ווי אויך האט ער זיך ערלויבט און זיך אויסגעדריקט אנטקעגען רשכבה"ג כ"ק מרן אדמו"ר ר ' יקותיאל יהודה מקלויזנבורג זצ"ל וכו ' וכו '" –
דו ווייסט דעם תירוץ . יא ? אלזא זיץ שטיל, מיש נישט די קאשע .