נעכטן איז זענען די פינף דיינים פון די סאטמארע דין תורה אין בני ברק, אריבערגעגאנגען צו עזריאל גליק קיין קרית יואל, אויסהערן וואס ער האט צו פארקויפן. צי בתורת עדות, צי אלס בעל דין, צי אלס תובע אדער נתבע.
מילא, די דיינים האבן איבריג צייט און ווילן פארן קיין קרית יואל אויסהערן עזריאל גליק, געזונטערהייט.
אבער פון די פיקטשערס וואס איך זעה דארט, זעט מען אז מ'האט דארט געגעבן עסן און טרינקען, א זאך וואס פאסט פאר משפט שלום ליצים.
בכלל איז שווער צו פארשטיין. אויב די דיינים שפירן אז עזריאל גליק איז אזוי שוואך און ער קען נישט קומען עדות זאגן אין בארא פארק ביים בית דין, און זיי פארשטיין אז מ'מוז פארן צו אים (כאטש יעדער ווייסט אז עזריאל גליק איז יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג און פארט ארום כסדר), מיט וואס א רעכט זענען זיי געגאנגען צו אים אינדערהיים, ווי אן אפישעל. איז דאס נארמאל?
איז דען נישטא קיין קליינע שוהלן אין קרית יואל וואו מ'קען פארהאנדלען און אויסהערן א עדות?
היעלה על הדעת אז ווען יעדער ווייסט קלאר וואו עזריאל גליק באלאנגט זאל מען גיין אהין עסן (אפילו אומאפיציעל)?
וואס וואלט געווען די רעקאקציע פון די זאליס ווען די פינף דיינים גייען צו ר' בערל פרידמאן אין שטוב, און דארט עסן און שמועסן מיט אים?
איך זאג נישט מיט דעם אז די פינף דיינים האבן עובר געווען אויף "לא תקח שוחד" בפרהסיא, אבער קיין נארמאלע זאך איז דאס נישט, ווייל עזריאל גליק איז א קלארער צד. ער האט איבערגעשריבן שעירס, ער האט אריינגעגעבן שריפטליך אין קאורט. ער איז נישט סתם א עדות.
איך שטיי און איך שטוין. איז אויך די "דין תורה" טאקע געווארן משפט שלום סטייל. ליצנות און עיוות הדין בפומבי.
אפגערעדט אז בשעת עזריאל גליק האט פארציילן זיינע באבע מעשות און שקרים, האט ער דארט געהאט א שטאב פון אייניקלעך וועלכע האבן אים "געהאלפן" זיך דערמאנען ! WOW צי א נייע שפלות.
פליז עספלעינטס ווער ס'קען, פארוואס די פינף דיינים האבן דאס געמעגט טאן נארמאלערהייט.
איך בין לגמרי נישט דערשראקן איבער'ן אויסגאנג, אבער עס איז דאך מערקווירדיג ארויפצוברענגען פאר די גאנצע וועלט, וויאזוי דין תורות קוקן נעבעך אויס.