שיינער באזוך פון די רבנים הגאונים חברי הבי"ד ביי הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א
היינט האט דער בי"ד וואס זיצט אויף דעם סכסוך פון סאטמאר בני ברק אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א אין קרית יואל, דער משב"ק ביי רבוה"ק זי"ע ולבהחל"ח מרן רבינו שליט"א.
די חברי הבית דין האבן אויסגעדרוקט זייער באגער צו גיין באזוכן ר' עזריאל, היות ער איז דער מענטש וואס איז אלע יארן געווען אין די הנהלת המוסדות והקהלה אין סאטמאר די בכל אתר ואתר און אין בני ברק בפרט, האבן זיי געוואלט הערן ערשט האנטיגע פאקטן און געשעענישן וויאזוי עס האבן זיך אפגעשפילט די ענינים.
ר' עזריאל האט ענטפאנגן די געסט מיט כיבוד, און פארברענגט מיט זיי העכער צוויי שעה. לויט ווי די באטייליגטע געבן איבער, האט ר' עזריאל דערציילט פארן בי"ד גאר היסטארישע פאקטן ארום סאטמאר אין בני ברק בפרט, און סאטמאר איבער די וועלט בכלל. די רבנים האבן געשלינגן מיט דארשט די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען מפי עבד מלך כמלך.
ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפשטעלן.