היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בפקודת הקודש: ציוניסטישער פאן אויף אהרונישער שול אין בני ברק...

בפקודת הקודש: ציוניסטישער פאן אויף אהרונישער שול אין בני ברק...

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2892485

ספרינטער » 11/5/2011 01:21

בפקודת הקודש: ציוניסטישער פאן אויף אהרונישער שול אין בני ברק!
די אהרונים האבן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט איבער די הייליגע פקודה וואס איז ארויסגעקומען פון דזשיגאן עם הארץ, אז מ'זאל פארדרייען דעם תהילים סדר ה' אייר, וויבאלד מ'זאגט די קאפיטלעך פון הלל. היינט ווערט מען געוואויר אז אין ארץ ישראל, אין זיין פעסטונג בני ברק האט גאר דער דזשיגאן עם הארץ געגעבן א פארקערטע פקודה, מ'זאל לייגן א ציוניסטישן פאן אויפן שול אין בני ברק, און אזוי ארום וועט מען קענען ווייזן פאר די עירי' אז מ'לעבט גוט מיט זיי, כדי זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיטן פאר די זאלי'ס צו בויען. ווען דער רב הקהלה הגה"צ ר' אלי' כץ שליט"א איז אנגעקומען אין בית המדרש, האט ער אויסגעדרוקט זיין שארפן אפשיי, און פארלאנגט מ'זאל דאס זאפארט אראפנעמען, אז נישט וועט ער מוזן אוועקגיין דאווענען. די אהרונים האבן אים געזאגט אז אויב וויל זאל ער זיך גיין לחיים ולשלום, זיי האבן א פקודה פון זייער דזשיגאן אז דאס מוז פארבלייבן. שומו שמים צו וואו זיי האבן זיך דערקייקעלט!

_________________

עםהארץל » 11/5/2011 01:52

פאר די זעלבע סיבה האבן זיי נישט געמאכט קיין שום מחאה אום ה' אייר נישט אין קרית יואל און נישט אין וויליאמסבורג, אלעס מיט די אלטע איינרעדעניש אז עס וועט זיי העלפן מיט זייער קלאגע וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין בג"ץ

עםהארץל » 11/5/2011 01:58

ווי אויך האט זייער אפיציעלער ווארטזאגער אויף טוויטער יואלי לאנדא נישט ארומגעשיקט קיין שום מעלדונג אז עס איז ה' אייר, אזויווי ער האט געטאן דעם פארלאפענעם יאר

קנאקעדיק » 11/5/2011 17:06

איך הער יעצט אז די מינינים דארט אין בני ברק האבן געזאגט הלל מיט א ברכה אין ה' אייר, און ווי פארשטענדליך זענען די קינדערלעך געגאנגען מיט ווייסע העמעדער אין חדר.
מיטן איינרעדעניש אז אפשר וועט עס זיי ארויסהעלפן מיטן בג"ץ פרשה,
ונראה מה יהי' אם חלומותיו....