היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווייטעריגע אנטוויקלונגען: בני ברק דין תורה

ווייטעריגע אנטוויקלונגען: בני ברק דין תורה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2892335

קהל_יטב_לב » 10/5/2011 06:35

דער בי"ד זיצט שוין זינט דאנערשטאג און הערט די טענות און עדות'ן פון צד מהרז"ל.

היינט האט בי"ד באשלאסן אז אויף מארגן וועט דער ישיבת בי"ד פאהרקומען אין קרית יואל.

דער סיבה דערצו איז, וויבאלד עזריאל גליק שפיעלט א שטארקע ראלע אין דעם קעיס, פארלאנגען די צד פון די הנהלת המוסדות אז עזריאל זאל פערזענליך ערשיינען אין בי"ד, און זאל ווערן געהעריג אויסגעפרעגט.

צו די טענה וואס צד מהר"ל האט געענטפערט אז ער איז צו אלט צו דעם (וועלנדיג זיך ארויסדרייען פון זיין ערשיינונג אין בי"ד אלס מורא אז זיין עדות וועט נישט שטימען מיט זייערע ווערסיע'ס), האט בי"ד באשלאסן צו זיצן מארגן - דינסטאג אין קרית יואל, און אויב ער וועט זיין צו שוואך אראפצוקומען וועלן די רבנים גיין צו אים אהיים!


אזוי אויך איז היינט באשלאסען געווארן אז לויט ווי מען האלט איצט, וועלן אלע קומענדיגע זיצונגען פאהרקומען אין ארץ ישראל - אזוי ווי די צד פון הנהלת המוסדות האט לכתחילה פארלאנגט.




תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 10/05/2011 06:37:53