עמערס מיט טינט האט מען שוין פארגאסן אין דעם איינע וואך זינט אמעריקע האט באוויזען צי כאפן און דערשיסן בין לאדין אויף טויט, יעדער האט מעשיות איבער זיינע טעראריסטישע שטיק וואס האבן אומגעברענגט טויזענטער ציווילע בירגער, יעדער איז פארנומען אויב פאקיסטאן די א.ג. גיטע פריינט פאר אמעריקע האט געוויסט אז ער האלט זיך אויף אונטער זייער מיליטערישע באזע.
עטליכע פונקטן וואס יעדער באשטעטיגט און איז מודה זענען אין די אויגן פון פילע מענטשן זייער אונטעראנט צוליב וואס עס שטומט נישט מיטן פאקט.
איך אליין וואונדער זיך אויך אויף עטליכע 'פאקטן' איינס פון דעם איז גאר דאס וואס מ'האט אפיציעל געניצט פאר א תירוץ אנצולייגן פארוואס עס האט גענומען 10 יאר ארויפציקומען אויף זיין באהעלטעניש.
דהיינו אז ער האט זיך נישט באניצט און נישט געהאט קיין שום פארבינדונג צי קיין כלים, אונטערנעט, טעלעוויזיע, וכדומה.
אויב איז עס טאקע אזוי דאן איז דאס זיך שטארק סותר מיט די ווידיא'ס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטערע טעג וואס ווייזן בין לאדין זיצט און נישטערט אויף די נייעס אויב מען רעדט פון אים. ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקט אז ער האט נישט געהאט די אלע זאכן?

_________________