מיר אלע געדענקען נאך ווען "ליצנות" האט געהאט עפעס א סארט גבול.
דאס איז געווען אין יענע יארן ווען מילתא דעבידי לגלויי פלעגן מענטשן נישט משקר זיין, וכו', ווען די אלע כללים זענען געווען אקטועל, איז נאך ליצנות אויך געווען א באגרעניצטע זאך.
היינט איז אן אנדערער וועלט, מקען האבן א פארום אויף היידפארק - און שטאלצירן מיט א פקודתו שמרה, מקען לאזן אנפירן מיט א אייגענעם "סאטמאר'ער וובסייט" לצורך בילדער - און שטאלצירן מיט א מלחמה קעגן דעם "נסיון הדור-בילדער", און אזוי ווייטער און ווייטער [די ליסטע איז ווארשיינליך לענגער ווי אונזער צייט], עכ"פ, דאס ליצנות היינטיגע צייטן אין אונזער עולם השקר איז היבש ארויף אין די פראצענטן.
פארט אבער, אפילו אין אונזער עולם הליצנות, איז מיר געווען א געוואלדיגער חידוש, און עס האט מיר געגעבן א טיפער קיצל, ליינענדיג איבער דעם וואס ביהמ"ד ראדני פארופט אן עצרת לרגל ה' אייר.
דער עצרת ווערט פארופן אלס נישט סתם אן עצרת, נאר א ריזיגער "כינוס רבתי ועצרת מחאה וגו'", וואס דאס דארף לכאורה צו באדייטן אז גדולי הדור וועלן קומען אויסטרעטן דעם וועג פאר כלל ישראל.
נו, ווער איז דער גדול הדור וועלכע וועט פארטרעטן דעם יהדות החרדית ביים ריזיגן "כיונס רבתי יעצרת מחאה"?
הערט: ר' מנשה פילעפף!. (בארואיגט אייך, ליינט איבער: ר' מנשה פילעפף).
ולא עוד, דאס איז נישט סתם א אזוי א כינוס אדיר וחזק, נישט סתם אזוי א עצרת פונעם יהדות החרדית, נא, וואס עפעס, דא גייט דאך אויפטרעטן ר' מנשה פילעפף?! דאס איז נישט עפעס אזוי א ווייסעכוואס?! אלזא קען מען דאך אוודרי אויסשרייען מיט פאטאס:
"כל מי שרגליו עמדו על הר סיני ישתתף בעצרת"!
דאס איז נישט סתם א איינפאכער ראדני מעמד, דאס איז א באמבעדיגער עצרת וואו "יעדעס אידיש קינד וואס איז געשטאנען אויפן בארג סיני, ברויך זיך דארט באטייליגן!!!" ווארום: ר' מנשה פילעפף גייט רעדן.[בילד – נישט אפגעהיט]
(אגב, אז מרעדט שוין, ווייסט איינער פארוואס דער נועם המידות וועט נישט אויפטרעטן ביי דעם כינוס רבתי ועצרת מחאה?)

נו זאגט איר: האט נאך ליצנות א גבול היינטיגע צייטן?...