געלעכטער
ווי האט ר' פישל גע'אסר'ט דעם עירוב, אז דו מאכסט אזוי ליצנות פון אים?
איך זע נאך נישט וואס דו זעסט ראונג אזוי אויף זיין מצב הבריאות פון דעם בילד אז דו טרייבסט ליצנות
איך האב פערזענליך גערעדט צו ר' פישל פאר בערך 2 יאר צוריק, און ס'איז געווען סאך סאך בעסער ווי דער מצב פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בשנת תשס"ב
און איך האב ב"ה געקענט דעם רבין דעם ברך משה עד זיבולא בתרייתא, איך בין נאך דעם לעצטן יאר ווי אלע יארן געווען ביי אים מיט א קוויטל, איך בין נישט אויסן דא אויסצופאקן שוואכקייטן ווייל ס'איז כלל נישט נוגע, אבער פון דיין רעדן קוקט אויס אז דו ביסט דאן געווען א בר מצוה בחור'ל
און בנוגע פאפא, קענסטו טרייבן ליצנות וויפיל דו ווילסט, איך בין נישטא זיך אנצונעמען פארן עירוב, איך טראג נישט ווען איך בין אין ווילי על פי הוראת מיין רבי האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וואס האט אזוי געהייסן פאר בני קהלתו, אבער רז"ל וואס האט אזוי איינגעטיילט פאר גאנץ וומסב"ג אז ס'איז ביהרג ואל יעבור און מען דארף דערפאר שלעפן שייטלעך, איז עס א גרויסע דורכפאל אז א גרויסער ציבור טראגט, צו ס'איז פאפא צו צעהלים, איך קען נישט די אידן, אבער איך זע געווענליך א גרויסע ציבור טראגן