פאלגענד ברענג איך א דעטאלירטער באריכט פאר די וואס ווילן וויסן וואס ס'האט געברענגט צו דער ערנסטער ווינט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אפצושטעלן די בילדער פראפאגאנדע פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א פאר יעדן פרייז.
פארגאנגענעם מוצאי שב"ק אויפדערנאכט, בהתאסף ראשי עם, ביי די גרויסארטיגע יארצייט סעודה להילולת מרן רבינו בעל ברך משה זצוק"ל, וואו עס האבן אנטייל גענומען טויזענטער אנשי שלומינו ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, צו פראווען די יומא דהילולא תחת צילא דמהימנותא פון בנו חביבו וממלא מקומו כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, זענען טויזענטער אידן זענען געזיצן אויף די פלעצער ביז אין די שפעטע נאכט שעות, וואו עס זענען געהערט געווארן דרשות במשנתו פון דעם בעל הילולא.
דער קלימאקס איז בלי ספק געווען די פייערדיגע דברות קודש וואס מרן רבינו שליט"א האט משמיע געווען באותו מעמד. חסידים זאגן אז זיי דענקן נישט אין די פארגאנגענהייט דער רבי זאל רעדן אויף אזא שטייגער, מ'האט געזען ווי די ענינים אין וועלכן ער האט ארומגערעדט איז נוגע בציפור נפשו, און איז אנטשלאסן דאס צו באקעמפן ביזן סוף להעמיד הדת על תילה.
דער רבי האט קודם כל מעלה געווען זכרונו הבהיר פון טאטן ז"ל, און דערנאך אנגעהויבן מיט די פייערדיגע דברי מוסר. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט דעם אז ער האט שוין כמה פעמים גערעדט דערפון, אבער יעצט וויל ער דאס נאכאמאל מעורר זיין, און דאס איז דער נגע פון די אידישע ליין מאטריאל. דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי שטארק דאס שוואכט אפ אונזערע דורות, מיט דעם אז דער שרייבער אדער ארויסגעבער פון דעם צייטונג איז אנגעפילט מיט גוי'אישקייט, און דער פירט דאס ווייטער אריבער צו דעם יוגענט, און קיין גרויס יראת שמים קען מען דארט נישט שעפן.
דער רבי האט ברייט ארומגערעדט דער ענין און געגעבן פאר די טויזנטער אנ"ש צו פארשטיין אז די היינטצייטיגע אידישע מאגאזינען, און נייעס טעלעפאן ליניעס, זענען שעדליך ביז גאר פאר דער ריינער חינוך פון אונזערע קינדער על בנינו ועל דורותינו. די יוגענט ליינט זיך אן און הערט זיך אן מיט כל מיני הבלים און גואישקייטן, וואס שלעפט שטארק אראפ דאס אידישע תמימות און ערליכקייט.
דא האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט רעדן וועגן "אן ענין וואס איז נוגע מיר אליינס". דער רבי האט מעומק לבו בארירט דער ענין פון די היינטצייטיגע בילדער עפידימיע, וויאזוי דאס האט פון בלויז "רבישע בילדער" צוגעברענגט צו א טאטאלע בילדער דרוקעריי פון אלע גואישקייטן פון די וועלטליכע גאס.
"נוצט מען מיר, בילדער פון מיר און פון מיינע דרשות און בילדער פון צוזאמענקונפטן, אויף צו קענען אויך דרוקן גואישע בילדער" האט דער רבי שליט"א באטאנט. בכלל איז בילדער געווען א דבר מאוס ביי ערליכע אידן אין אלע צייטן, כל שכן וכל שכן צו נוצן היימישע בילדער אויף צו אריינברענגן צווישן אונז די גאנצע גוי'אישע גאס און אירע איבלען.
מיט א צער האט דער רבי געזאגט "איך ווייס נישט ווער זיי זענען, איך וויל זיי אבער זאגן דא, איר זענט מיר מבזה און איך קען אייך דאס נישט מוחל זיין". דער רבי האט שטארק כאראקטעריזירט זיין ווייטאג פרענגענדיג ברבים "איך מיין אז עס איז נישטא איין איד דא אין בית המדרש וואס זאל זאגן אז ער איז גרייט מען זאל אים נוצן פאר א מיטל צו מאכן אן התבוללות מיט די אלע גויאישקייטן".
דעריבער האט דער רבי געבעטן מעומק לב טהור "איך וויל בעטן דא אז ווער עס האט אן השפעה זאל זען דאס זאל זיך אפשטעלן".
(דאס איז, אגב, נישט דאס ערשטע מאל וואס דער רבי שליט"א איז אזוי מגנה דעם היינטצייטיגע משוגעת פון ברייט פארשפרייטן רבי'שע בילדער. עס איז וואויל באקאנט פאר אלעמען דעם פארבאט וואס דער רבי האט געגעבן שוין מיט יארן צוריק פאר די רעדאקציע פון "דער איד" - אלס זיינע לאיאלע שטיצער - אז זיי זאלן בשום אופן נישט לייגן קיין בילדער פון אים, בכל אופן וצורה שהוא, ופקודתו שמרה רוחם מאז ועד עתה. ולשבחם ייאמר אז זיי האלטן זיך צו די תקנה אונטער אלע אומשטענדן. טראץ וואס היינט איז א וועלט פון בילדער און גראפיקס, און דער נסיון איז אסאך מאל זייער גרויס כמובן, אבער זיי האלטן דאס פעלזן פעסט לעשות רצון צדיק ולקיים את פקודתו בקודש).
*
אין ליכט פון דעם האט דער משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים שליט"א געשריבן און ארויסגעשיקט א בריוו צו אלע אידישע צייטונגען, מאגאזינען און מידיא אינסטאנצן, אז לאור רצון צדיק מרן רבינו שליט"א זאל מען אויפהערן לייגן בילדער פון רבינו שליט"א.
אלס געטרייער לייענער און שרייבער אויף "אידישע געדאנק" פון ערשטן טאג פון איר עפענונג, טו איך טאקע דא באגריסן דעם מנהל און די הנהלה פאר נעמען באלדיגע שריט און איינפירן די תקנה דא אויפ'ן פארום נישט צו פאוסטן פיקטשערס פון רבי'ן, צו וואס יעדער וועט זיך אוודאי צושטעלן. תחזקנה ידיכם!
חסידי סאטמאר זענען אנטשלאסן אפצוהיטן דעם רבי'נס ווארט הייליג און טייער. לויט ווי איך הער האבן די בילדער מאגאזינען וואס געפינען זיך אויף די מארקעט באלד ערהאלטן א טעלעפאן רוף זונטאג אינדערפרי פון די פרחי עסקנים, וואס האבן ביז היינט געטון אין דעם געביט פון בילדער, אז לאור הוראת רבם וועלן זיי מער נישט צושטעלן קיין בילדער פון רבי'ן שליט"א, און דער גאנצער בילדער קאנצעפט וועט מער נישט אקצעפטירט ווערן ביי חסידי סאטמאר.
_________________