היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » "א בליק" די ביילאגע פון רבישע און וועלטליכע בילדער

"א בליק" די ביילאגע פון רבישע און וועלטליכע בילדער

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2891139

גינוס » 3/5/2011 00:26

קוים געציילטע וואכען וואס די אידישע אויסגאבע "א בליק" ליגט שוין אויפן מארקעט אין די עולם האט זיך ציגעכאפט דערצו ווי הייסע לאקשען.

כמה מעלות טובות:
אוזן קשבת, הערט צו די עולם'ס מיינונג.
שיינע אויסגעקליבינע בילדער.
העכסט אינטרסאנטע אידישע ארטיקלען.
הערליכע גראפיקס, בא'טעמט פאר די אויגן.
וגו...



_________________


רבינחום » 3/5/2011 00:50

טאקע שיין
האט עס אבער קונים?
אדער איז עס ווי "דער וועלט, כאבן שאין לו הופכין?

עםהארץל » 3/5/2011 21:35

גינוס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אוזן קשבת, הערט צו די עולם'ס מיינונג.



הערט צו דעם רבינ'ס מיינונג אויך? אויב יא ביטע אויפהערן לייגן בילדער פונעם רבין

טאטעלע » 3/5/2011 22:02

דער רבי האט געבעטן בכל לשון של בקשה דאס אויפצוהערן, און איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א בריוו פון גבאי'ן, אצינד אויס וועט דער מערכת א בליק נישט צוהערען צום בקשה פון רבין, וועט זאפארט גענומען ווערן גאר שארפע שריט וואס וועט דערנאך שאפען זייער אומאנגענעמליכקייטן פאר די בעלי בתים, ואין עונשין אלא אם כן מזהירין!

דייקן » 3/5/2011 22:26

ווער זענען די ארויסגעבער פון די אויבנדערמאנטע אויסגאבעס?

_________________

גינוס » 3/5/2011 23:05

איך האב געהערט אז זיי זאגן אז זיי וועלען מער נישט אריינלייגן קיין בילדער פונעם רבי'ן. איך האף עס איז אמת, אז נישט וועלען זיי האבן א מיסן דורכפאל.

רבינחום » 3/5/2011 23:15

גייט כל העולם כולו אויך אויפהערן?

גינוס » 3/5/2011 23:34

מען זאגט א ווערטעל עס איז דא רבי'ס וואס בעטן נאך ליידער: "אבינו מלכנו כתבנו בכל העולם כולו"

_________________


גינוס » 8/5/2011 05:14

די דעקל פון די וואכענדיגע "א בליק" פרשת אמור

ספרינטער » 8/5/2011 06:19

איך פלעג ביז נישט לאנג צוריק קויפן "די וואך" אבער זייט "די בליק" האט אנגעהויבן ערשיינען האב איך מער נישט געקויפט די וואך, הן צוליב "די וועלט דעקט בעסער אלע הויפן אזוי אויך אונטערסאנטע ארטיקלעך, און הן צוליב עס איז ריין פון פאליטיק.

_________________

מלפרייער » 8/5/2011 20:47

ספרינטער
ביסט א זאלי אין די פלעגסט קויפען די וואך?

עםהארץל » 8/5/2011 21:26

א זאלי טאר נישט קויפן די וואך? מילא דער בלאט איז גע'אסרט געווארן דורכן ברך משה אבער די וואך מעג מען

פישער_גאבע » 8/5/2011 21:30

[quote
ספרינטער
ביסט א זאלי אין די פלעגסט קויפען די וואך?
[/quote]

די וואך איז אהורניש?


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/05/2011 00:11:30

גינוס » 12/5/2011 04:53

א בליק פרשת בהר

געלעכטער » 2/7/2011 02:33

ווייסט איינער צי די אהרונים האבן שוין אפגעקויפט דעם "בליק" אויך? די וואך אויפן דעקל פיגורירט א גרויס בילד פונעם כלב אהרן, דאס איז נאך וואס זינט איר ערשיינונג האבן די אהרונים נישט געוואלט אים געבן בילדער פונעם כלב, ווייל ער איז א קאמפעטישן מיט די וואך. (אויך מיר א קאמפעטישן...)

ספרינטער » 3/7/2011 17:49

לויט ווי איך קוק עס אן האבן זיי עס געטון בלויז אויף חוזק צומאכן פון דעם כלב אהרן, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס און ווי אזוי א נארמאלע מענטש וויל אז זיין אנגעזעצטע פארכמארעטע פרצוף זאל פיגורירן אין א מאגאזין נאכדערצו אויף א פראנט דעקל.
 
דאס דערמאנט פון די צייטונגען'ס דעקלעך וואס האבן געשטעלט א בילד פון די ארכי טעראריסטן סאדאם כוסעין און בין לאדין, זעהט אויס ער גייט אריין אינעם זעלבע קאטעגאריע.

גינוס » 8/7/2011 01:26

די דעקל פון די וואכענדיגע "א בליק" פרשת בלק
[בילד – נישט אפגעהיט]





[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 8/7/2011 01:47

דער כלב אהרן איז ברוך השם ווייטער אויפן דעקל. זעט אויס אז יושע רובין האט געמאכט א יד אחת מיט פיקטשער פריעדמאן, און מ'גייט אונטערברענגן הערשי רובינשטיין ווייל ער קאסט שוין צופיל געלט פאר די אהרונים.

כלב_אהרן » 8/7/2011 01:57

א חרפה און א בושה ווי מען קען שטעלן דעם צדיק הדור הרה"ק מטאהש אויף איין זייט מיט דעם כלב אהרן.

גינוס » 21/7/2011 20:50

א בליק פרשת מטות
עס וועט זיין צו באקומען בעזהשי"ת אין אלע געשעפטן  בארא פארק - וומ"ס - מאנסי - קרית יואל - קעטסקילס - פלעטבוש - 
קאנאדא - ענגלאנד - בעלגיא
קאנאדא - ענגלאנד - בעלגיא





 [בילד – נישט אפגעהיט]





[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי גינוס ב- 21/07/2011 20:52:16


ספרינטער » 21/7/2011 22:59

שוין האט זיך "א בליק" צוקריגט מיט די ארונים אז ער איז נישט אויפן דעקל?

גינוס » 25/8/2011 22:38

"א בליק" פרשת ראה
צו באקומען אין אלע לאקאלע געשעפטן
בארא פארק - וויליאמסבורג - מאנסי - קרית יואל - קעטסקילס - פלעטבוש - קאנאדא - ענגלאנד - אנטווערפן


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]