היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תולדות פון מרן רבינו ברך משה זצ"ל פון די זאליס

תולדות פון מרן רבינו ברך משה זצ"ל פון די זאליס

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2890659

have_hope » 29/4/2011 19:00


איינער ווייסט צו די זאליס האבן שוין  ארויסגעגעבן עפעס א ספר באשריבען די תולדות פון מרן רבינו ברך משה זי"ע??

זייענדיג א שטארקע ליינער, און נאכען זען דעם ומשה היה רועה חלק ה', בין איך געווען נייגעריג ווי אזוי די זאליס באשרייבען דעם ברך משה זי"ע, בין איך געגאנגען און א ספרים סטאר זיכען די אויסגאבע, זאגט ער מיר אז ווי ווייט ער ווייסט, האבן  די זאליס נאך גארנישט ארויסגעגעבן די לעצטע פינף יאר, זיי האבן נאך קיינמאל נישט באשריבען דעם רבין זי"ע!

איז עס אמת??

עס איז א חרפה און א בושה אויב עס איז אמת, נידעריקייט איז נישט דאס ווארט



תוקן על ידי have_hope ב- 29/04/2011 19:05:11

געלעכטער » 29/4/2011 23:19

די זאליס גייען בעז"ה ארויס געבן א רייע פון צענדליגער בענדער פון די געשעהענישען פון שנת תשנ"ט ביז תשס"ו, מיט פונקליך די השתלשלות וויאזוי דער בן סורר ומורה האט אנגעפירט א אפענע מרידה קעגן זיין אייגענעם טאטען און מדי שבוע בשבוע צושטערט זיינע תפלות און איבערגעדרייט זיינע הייליגע טישן און מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט מיט בזיונות עצומות, באזונגער וועט עטליכע בענדער זיין געווידמעט איבער די היסטארישע געריכטן --שלא ברשות בית דין-- באגלייט מיט די גרעסטע מאס חילול שם שמים וואס דער בן הגדול האט אנגעפירט און ועל כולם די פעמעלי קאורט ווי ער און זיין משפחה האבן גערופן אין קארט דעם רשכבה"ג מרן רביה"ק זי"ע -לעת זקנה ביי די 90 יאר- אן אייגענעם טאטען און א רבי פון רבבות מישראל, די לעצטע באנד וועט זיך ענדיגן מיט די מעמד הלוי' וואס דער אויבער דערמאנטע זוהן האט צושטערט באופן נורא און אפגעגעבן די לעצטע כבוד אין א בחינה פון ובמותם לא נפרדו. קחו ברכה אל תוך בתיכם!

פאפיטעס » 29/4/2011 23:51

אויך וועט שטיין דארט די שור שנגח דרשה, ה' צלך, וכו' און אוודאי די יקרבו ימי אבל אבי וואס ער האט געזאגט פארן טאטן, די ספר וועט ארויס קומען אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם סמיכה לחיים.

געלעכטער » 30/4/2011 00:22

דו מיינסט צו זאגן די דרשה פון די לאנגע שאורט קאטס און די קורצע דאסטערס און אוודאי נישט פארגעסן די דרשה אז דער דער טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומייכון, איין באנד וועט זיין געווידמעט פאר די היסטארישע דרשה פון גאב"ד ור"מ קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול אין ראדני חוהמ"ד פסח תשנ"ט און א לענגערע באשרייבונג פונעם מעמד ההתמנות אלס רב דקהלותינו הקדושות די בכל אתר ואתר און איינצוגס דרשה "בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א" און הערליכע בילדער פוון די געהויבענע באגלייטן נאכן 'א גוטע מועד' דרשה ביזן רבינ'ס הויז ווי קאר'ן זענען געפלויגן אין די ליפטען פון גרויס עקסטאז, נישט געזארגט אלעס וועט ווערן געדריקט!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 30/04/2011 01:22:00

סטראבערי » 1/5/2011 23:11

געלעכטער, שפתיים ישק

_________________


ויואמ_אמת » 1/5/2011 23:38

געלעכטער, איך וואלט געווען נייגעריג וויפיל יא דער ברך משה איז געזיצן אין תפיסה דורך די שוידערליכע מסירה פין וואס די רעדסט אין אויב ער איז למעשה געווארען באפרייט, ווי אויך וויאזוי ליפא אין ר' זלמן לייב זענען גערווארען ארונים ווען זיי האבען איבערגרדרייט זייער טאטעס טישן (איבערדרייען אין שטויסן ר' חיים אליעזר גראס ביים טיש, איבערדרייען די ביהמ''ד ווען ר' שמואל אבערלענדר וויל גריסן גיט שבת, איבערדרייען אינמיטן ש''ש ווען ר' דוד עקשטיין זיצט ביים טיש, איינשפארען שבת חנוכה, שמיני עצרת ווייל ר' אהרן קומט אויף שבת אדער יו''ט, ועוד ועוד) ווי אויך די שוידערליכע ראיעטען ווי די לוי איז צישטערט געווארען טראץ וואס ר' זלמן לייב האט נישט אויסגעפאלט די תנאים וואס מען האט זיך אויסגענומען למען השלום
קענסט מיך ענטפרן מיט דיין ניק אדער דורך דיין קאלעגע די העוו האופ ניק

סטראבערי » 1/5/2011 23:41

ויואמ:
וואס א חילוק ויפיל יאר ער וואלט געזיצן,
פעיס די פעקטס!:
א) מ'האט אים סערווירט פאפירן!
ב) ר אהרנ'ס קינדער האבן אים גערופן אויפצוטרעטן אין געריכט!

_________________


ויואמ_אמת » 1/5/2011 23:49

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ויואמ:
וואס א חילוק ויפיל יאר ער וואלט געזיצן,
פעיס די פעקטס!:
א) מ'האט אים סערווירט פאפירן!
ב) ר אהרנ'ס קינדער האבן אים גערופן אויפצוטרעטן אין געריכט!

_________________



וואס זענען געשטאנען אויף די פאפירן אין וואס איז געווען די ציהל דערפון? וואס האבען די אייניקלעך פין ברך משה געבעטן אין קארט?האבען זיי איינמאל געבעטן מען זאל אים אראפברענגן אין קארט? פארוואס ניצן א מציאות פארקערט ווי ציהל איז געווען?
אז מען רעדט יא פין ארעסט איז ער נעבעך געווען אין הויז ארעסט נישט איין מאל אין אויך ביי די שענסטע זמנים פין יאר, ווי שמחות ביי זיינע קינדער אין אייניקלעך, די שענסטע שבתים אין ימים טובים, ווער געדענקט ווי מפלעגט אים טראגען אויף פלארידע ווען די וועטער איז דארט געווען איבער 100 ווייל זיינע 2 קינדער האבען נישט געוואלט ער זאל גיין מער אויף קרית יואל זומער ועוד ועוד

סטראבערי » 2/5/2011 00:17

יא יא!
הלואי עלי, אזא הויז ארעסט ווי ער האט געהאט אין פלארידא, וומסב"ג, ק"י, און מחנה דברי יואל...........................

_________________


סטראבערי » 2/5/2011 00:17

און אויך הלואי עלי אזא 'אומ'געטרייע גבאי ווי משה.....

_________________


ויואמ_אמת » 2/5/2011 00:36

איך וויל דיר נישט ווינטשן אזא עלטער ווי דער ברך משה האט געהאט, מ'זאל דיר איינשפארען אין שטוב ביי דיינע קינדער'ס שמחות ספעציעל ביי די ערשטע איר אייניקעל, ווען דיינע קינדער קומען דיר באזוכען זאל מען זיי איינשפארען ביי דיר אינדערהיים, מ'זאל ציברעכן דיין גאנצע משפחה אין פראבירן צו געבן אלעס פאר די 2 קינדער פין וועם די האסט אייביג געליטן בזיונות, מ'זאל דיר מרחק זיין פין דיין זון מיט וועם די האסט זיך אייביג געטשאטשקעט ברבים, מ'זאל דיר איבערדרייען דיינע שמחות אין איינשפארען אין שטוב ווען דיינע קינדער ווילן קומען צו דיר אויף שבת ויום טוב, מ'זאל דיך אויפשטעלן ברבים אויף די עלטערע יארען אין מאכען די גענאר אין שטאט אין מבזה זיין פאר די גאנצע וועלט, ליינענדיג פין א צעטיל נאכען דערמאנען ברבים אדער אריינשרייען עיקר שכחתי, דיינע קינדער וועלן גיין טאנצען מיט מענטשן וואס האבען דיר פריוואט געטרינקען די בלוט ווי די האסט זיך אויסגדריקט, ועוד ועוד כידוע, אבער אז די ווינטש זיך עס אזוי אפעטיטליך קוק איך דיר אן ווי א מאבד עצמו לדעת נעבעך

געלעכטער » 2/5/2011 01:26

מיטן שרייבן אז מ'האט נישט צוגעלאזט די מוסרים ומרימים יד בתורת משה ש' אבערלענדער און ד' עקשטיין האסט נאך אלס נישט פארענפערט די אפענע מרידה פונעם בן סורר ומורה, די ליסטע איז הונדערט מאל גרעסער איך האב נאר אנגעכאפט די קאורטס פאר א דוגמא, בעז"ה ווען איך וועל האבן צייט וועל איך שרייבן נאך

טאטלע » 2/5/2011 01:29

ויואל משה
סא פאר ביסטו די לוזער אין דעם אשכול , געלעכטער פארדרייט דעם אשכול מיט טיפיקעל טענה לו בחיטים והודה לו בשעורים  טאקטיקען ,אין די טאנטצט עם נאך ווי א נאר


תוקן על ידי טאטלע ב- 02/05/2011 01:54:23

געלעכטער » 2/5/2011 01:42

שוין גארנישט קיין טענה לו בחטים והודה לו בשעורים, איך האב גערעדט פון די אפענע מרידה וואס דער בן סורר ומורה האט אנגעפירט קעגן זיין הייליגע טאטע ענפערט דער נער אז מ'האט נישט צוגעלאזט די פאר מוסרים ומרימים יד בתורת משה וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די קארט קעגן די סאטמארע קהלה,

kleinekup » 2/5/2011 02:03

די מיינסט צו זאגן די שפיץ פון די סאטמערע קהלה וואס האבן געקלאגט די יחידים המשתלטין על הציבור

פאמאגראנט » 2/5/2011 02:14

מיט גאלדענע אותיות וועט באשריבן ווערן די פעמילי קארט ווי מען האט געטרייט צי ראטעווען דעם ברך משה פין די הענט פין רשעים אכזרים

געלעכטער » 2/5/2011 08:26

איך ווייס נישט וואס דו דרייסט דא א קאפ מיט גאלדערנע אותיות, פארשטעק דיך פאר בושה! מאז היתה ישראל לגוי איז נאך נישט פארגעקומען אזא חילול שם שמים וואס דער בן סורר ומורה האט אפגעטוהן פאר זיין הייליגען פאטער, שומו שמים! סערווירען סובפינעס פאפירען פאר א רבן של ישראל, אן אייגענעם טאטען אביו שילדו ורבו שלמדו תורה אינמיטן העלן טאג לעיני השמש פארנט פון ביתו נאוה קודש* ***דאס ווערט פארשריבען ביי ענק מיט גאלדערנע אויתיות??!!**** רחמנא ליצלן! ענק שעמען זיך נישט צו פאררופען חסידים פון אים'ען?? די בני יואל'ערס האבן נישט געטוהן אין 20 יאר קיין צענטעל וואס ענק האבן געטוהן 7 יאר מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו, יוסעל וואלדמאן האט נישט געטוהן פארן רבי'ן ז"ל אין 15 יאר וואס אן אייגן קינד האט געטוהן אין 7 יאר - ווען עס האט זיך ארויסגעוויזען די אמת'ע פרצוף פונעם בנו הגדול און מ'האט פונקליך געזעהן וועם ער האט געמיינט די לעצטע 15 יאר שוין גארנישט זיין טאטענס כבוד נאר זיין אייגען כבוד! ליידער ליידער בושה תכסה פניכם, ****די אומדערהערטע מעשים תעתועים ווערט פארשריבען מיט ""שווארצע אותיות"" ביי כלל ישראל בכלל און ביי סאטמארער חסידים בפרט און בלייבט איינגעקריצט לחרפה ולדראון עולם**** וויאזוי ענק וועלן זיך וועלן ארויסדרייען וועט עס ענק אייביג צוריק שמייסן אין פנים.

טראכטן » 2/5/2011 18:46

די זאליס זענען גרויסע עקספערטן וויאזוי צו פארדרייען א שמועס, ווילסט רעדן פון קארט? גיי עפן א אשכול אין שיס שקרים וויפיל דו ווילסט, דא רעדט מען פון די מציאות אז די ארונים האבן ארויסגעגעבן פילע ספרים אויפן ברך משה זי"ע, אין די זאליס האבן ארויסגעגעבן זעראוי, וואס פארדרייסטו א קאפ מיט אנדערע ענינים, האסט א תירץ דערויף?

געלעכטער » 2/5/2011 19:53

איך האב דער געענפערט זייער גראד: די זאליס גייען בעז"ה ארויס געבן די ספרי התולדות פון די יארן תשנ"ט ביז תשס"ו! שריי נישט אויף מיר ווען איך רעדט פון קארטס ווייל ענק זענען זיך אליינס שולדיג, אזוי ווי איך האב פריער געשריבען: עס וועט ענק אייביג צוריק שמייסן אין פנים לחרפה ולדראון עולם.

האנדא » 2/5/2011 20:06

געלעכטער לעבן
די הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע איז געבוירן כ''ג חשבן תרע''ה, און איז נסתלק געווארן כ''ו ניסן תשס''ו, און געהאט גאר א שטורימישע  אונהאלטסרייכער ביאגריפה, און די זאלישלעך האבן גארנישט וואס צו שרייבן אויף אים, נאר די איין זאך אז מען האט און זיינע עלטערע יארן געניצט זיין נאמען, צי אימפארטירן דעם שרעקווערדיגען מן הארץ רבי זאלישעל פון די מידל איסט? נאר דענמאלס איז ער גוט געווען !
 
דאס אז ער איז געווען פון די רבנים וואס האבן מעמיד געווען דעת על תילה נאך דעם גרויסן חורבן אונטערסירט אייך נישט?

דאס עס האט אויסגערייניגט סאטמאר פון די אלע אינזעקטען, און ווערים און און קרעטץ, ער האט זיי געריפן די קיפה של שרצים, אונטערסירט אייך נישט?

דאס ער האט געראטעוועט די הייליגע שטאט קרית יואל פון אונטערגיין, אונטערסירט אייך נישט?

איך זעט דאך עפעס אויס וואו .... יא.... וואו .... ערכטע זאליס, וואו א שאכטעל פון ווערים און קרעטץ געפיקלט און הערינג זאפט..........

געלעכטער » 2/5/2011 20:13

צום צווייטען מאל: די בני יואל'ערס האבן נישט געטוהן אין 20 יאר קיין צענטעל וואס ענק האבן געטוהן 7 יאר מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו, יוסעל וואלדמאן האט נישט געטוהן פארן רבי'ן ז"ל אין 15 יאר וואס אן אייגן קינד האט געטוהן אין 7 יאר - ווען עס האט זיך ארויסגעוויזען די אמת'ע פרצוף פונעם בנו הגדול און מ'האט פונקליך געזעהן וועם ער האט געמיינט די לעצטע 15 יאר שוין גארנישט זיין טאטענס כבוד נאר זיין אייגען כבוד!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 02/05/2011 20:18:10



תוקן על ידי געלעכטער ב- 02/05/2011 20:18:36

האנדא » 2/5/2011 20:26

זאג נאר די צילייגער וואס האבן די ארונים געטאן? וואס פלאפעלסטי דעמעגאגיש?

מיר האבן נישט געקלאשט ווען דער ווייס פייאיגער שד בצירת אדם האט געהייסן? און דער שד האט זיך גענימען זעצן מיט א באטל אויפן טיש?

וואס האט ר' דוד עקשטיין געטאן אז דער בן השני וואס פארניצט קוואדערליך און די ''מקומות הקדושים'' האט אים געשטויסן און קאפ וואו א ווילדער אקס, ביים טיש,

פארוואס האט דיין געשיק ר' זאלישעל  ארויסגעטראגן זיין הייליגען טאטען דעם הייליגן ברך משה שבת חנוכה תשס''ב און מיטן ש''ס ???? וואס האט דאס געהאט צו טאן מיט די ארוינים,????? ווייל ר' יקתיאל הערש האט נישט געוואלט זינגען דעם ניגוון פון דעם איש פשוט חיים דוד ווישיווער, ער האט ליבערשט געוואלט זינגען זיין אייגען פארפאסטען ניגון?

אדער אז איבער 50 אייניקליך האבן געוואלט ארויס זען פון דעם הייליגען שטוב פון רבינו הקוה''ט זי''ע, די טעראריסטען, שלעגער, מניוולים, מחללי שבתות,? די האסט דען א השגה וואו אזוי די שטוב האט אויסגעזען? וואס דארט איז אלס פארגעקימען? וואס האבן די קינדער פון רבי'ן אזוי שלעכט געטאן, מיטן אריין מישן די אוטריטעטן אויסצורייניגען דעם שטוב פון דעם הייליגען צדיק, ???

וואלןסח » 2/5/2011 20:36

געלעכטער, ביזט דאך דער געלעכטער פון די וועלט, חאזער דעם שקר ביז דו גלייבסט עס אליין
און זאג נאר, האט שוין אמאל פאסירט אזא זאך אז מען זאל א זיידן נישט לאזן גיין צו שמחות פון אייניקלעך

א זיידע וואס האט מיטגעמאכט א מלחמה און האט דערלעבט א חתונה פון א אור אייניקל און מען הייבט אים אויף קאלטבלוטיג און מען טראגט אים קיין פלארידא, היש לך רשעות גדול מזה.

אלע תירוצים וועט נישט העלפן נאכן זען די בילדער ביי די תנאים פון דעם איר אייניקל, ווי מען האט ערלויבט די נחת פארן זיידן, און פון דאן ביז די חתונה האט גארנישט אויסנארדנטליך פאסירט, מען האט נאר געטון דעם רשעות געבויט אויף אלטע שקרים

די פעמילי קאורט איז געווען א מיטל צו קענען מהנה זיין דעם זיידן און געבן דעם נחת וואס קומט אים


געלעכטער » 2/5/2011 20:40

איין מינוט פאר איך ענפער אויף ענקערע שטותים, סאו ווער פארדרייט יעצט די שמועס??!! ווי זענען די שרייבערלעך וואס קענען נישט צוקוקען ווי מ'פארדרייט אשכולות..??

האנדא » 2/5/2011 20:44

יאפס, גוט גענפערט מר געלעכטער צום פינטעל!

וואו אזוי זאגט מען נאר???? יא... חלה דעקל

have_hope » 2/5/2011 20:47

איך קען נישט פארשטייען ווי אזוי נערמאלע שרייבער ווי האנדא און וואלן סח.
זענענן אריינגעפאלען און די טרעפ וואס דער המספיק קאנסומער מיטען ניק געלעכטער האט אויסגעשפרייט

איך האט טאקע געעפענט די אשכול, אבער ווי נאר כ'האב געזען אז "געלעכטער" האט דא קונה שביתה געווען, האב איך גלייך ארויסגעיאגט, ער איז דאך נעבעך א אומוויסענד קינד, וואס ווייסט נעבעך גארנישט, ער האט א פשוט א ליידיגע קאפ וואס איז נישט מסוגל אויף בעסער,

עס איז א שאד זיך צו טענה'ן כאילו עס איז דא וועם צו איבערצייגען, ער וועט סיי ווי נישט ווערן איבערצייגט, פשט ווייל ער קען נישט, נישט ווייל ער וויל נישט