היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראב"ד דריקט הכחשה אין ספר

ראב"ד דריקט הכחשה אין ספר

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2890303

גאסט » 27/4/2011 16:27

צוויי חברי ההנהלה פון קהל יטב לב ירושלים זענען יעצט ביינאכט געווען ביי הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א איהם לאדענען צו די סעודת הילולא פון רביה"ק הברך משה זי"ע אין בית מדרשינו

איז אויסגעקומען גראד א שמועס וועגן אריזאנע ווייץ,

האט דער ראב"ד שליט"א זיי  ארויסגענומען א ניעם ספר וואס מען האט יעצט געדריקט אויף פסח פון זיינע תשובות אויף פסח

ווי דארט ברענגט ער אראפ די תשובה פאר אברהם לויפער און ס'שטייט צוגעשריבן א הערה אז מען האט אויסגעפאפט דעם ראב"ד און זיין דעת תורה איז אז אדרבה די ווייץ זענען מהודר,

בייגעלייגט דא איז א קאפי פון דעם ספר מיטן שער בלאט,



[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 27/4/2011 17:50

איך האלט אז דער שגיון לדוד זאל יעצט שנעל פאברעצירן א פרישן משנה ברורה !

און אויב ער איז סוקסעספול קען ער אויך אהינשטעלן נאך 3 פיר הרי מלח מיט הרי חושך, און עס דרוקן מיט גראבע דיקע אותיות אין דער איד, און אלע אמעראצים אנגעהויבן פון בן השלישי ביזן גראב"ד וועלן זיך רייבן דאס בייכל.


יעמוד ר' דוד ראזענבערג, נעם זיך צי דער ארבעט.

_________________