היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' מנשה פילאף: ר' טודרוס זילבער עסט פסח חמץ רח"ל

ר' מנשה פילאף: ר' טודרוס זילבער עסט פסח חמץ רח"ל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2890001

טראק » 24/4/2011 23:27

איך רייב מיך די אויגען איצט ליינענדיג די ארטיקל פון ר' מנשה פילאף אין דער איד, ווי ער רייסט שטיקער איבער אלע וואס ניצען אנדערע ווייץ ווי ער וויל, און ווי ער האט עס במסורה פון זיין זיידע דער גראז שניידער און זיין באבע....

נאכן באקן פרישע מעשיות אפען רבין זי"ע, נעמט ער זיך צו די ביינער פון די מחמירים וואס ניצן די לאנג איילענד ווייץ אין שניידען עס ווען עס איז נאך גרין, ער שרייבט אז זיי מיינען אז זיי זענען קליגער, אבער דערווייל ווערן זיי נכשל באיסור חמץ, און ער האט גאנצע ראיות אז די גרינע ווייץ ווערט מחמיץ און פארשימעלט.

דער הויפט ניצער פון די גרינע ווייץ איז ר' טודרוס זילבער, וואס ער קען נישט ניצן די אריזאנע ווייץ, ווייל פאליטיק שטייט ביי אים העכער די תורה הק', און ער וועט באקומען א באקס פאטעטע ווייניגער פון לויפער, לאנג איילענד מצומחים פאסט אים נישט צו ניצן, ער איז דאך א פרומער, האט ער געמאכט א קבוצה פון פרומע אינגעלייט וואס ער פירט אן, און שניידען די גרינע ווייץ.

איצט קומט ר' מנשה פילאף און גיט אריין פאר ר' טורדוס מנה אחת כפיים, אז ער עסט זיך אן מיט חמץ אין פסח.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2011 05:55:38

רבי_יונה » 24/4/2011 23:28



צו די  פריש ''גרינע'' מערכה האב איך שוין נישט קיין כח , בעפאר די קניידליך

פינחס_יואל » 25/4/2011 00:29

ר' טודרוס'ס גיין שניידן פריע די ווייץ מיט די באקאנטע גאלדשטיין חבורה האט אנגעהאלטן ביז די אריזאנע ערפונדונג, שוין די לעצטע פיר יאר עסט ער אויסדריקלעך בלויז אריזאנע ווייץ, ווי ער זאגט דאס פאר יעדן שואל,

(באקן באקט טאקע ער און א חבורה אין בראדוועי אבער זיינע אייגענע מצות קומט אויסדריקלעך פון קרעסטירער מצה בעקעריי וואס ער מאכט דייקא מיט אריזאנע )