היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואו גייט פארקומען די זאלי'ס נעילת החג?

וואו גייט פארקומען די זאלי'ס נעילת החג?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2889972

רבי_יונה » 24/4/2011 16:13


עפעס זייער שטיל.

איז נעילת החג געווארן ביי די זאליס אויס צערעמאניע?

האט דאס צו טוהן מיט שנת האבל אויף די מאמע הצדיקת ע''ה?

אדער איז דער אפעטיט אינגאנצן פארשווינדן געווארן?  


וועלן די אויפגעקלערטע זאלוינים דאך קומען מוצאי יום טוב אויף ראדני , כדי כאטש אריינצופאלן אויף 15 מינוט במשך פון גאנצן יו''ט?

אדער וועלן זיי זאגן , אינדערערד מיט'ן גאנצן נעילת החג , צו א לוזער גיימיר נישט.
אויב נאך באראש'ס פסק האבן די אהרונים געקענט פון אונז צונעמען דעם שפיגעלע פון אונזער קאפ  ,האב איך אים אינדערערד. 

רבי_יונה » 24/4/2011 17:59


איז דער נח''ש רבי געווארן אויס נח''ש?

נח''ש ר''ת: נ'עילת החג ,ח'תונות ,ש'ושן פורים.

דרך אגב , הרב שלמה לייב וויינבערגער  מפאיע האט זיך אויף יום טוב אנגעקליידט מיט אן עטרה אויפ'ן .............

אדמיראל » 24/4/2011 19:30

איך האב היינט געדאווענט מיטן בן השלישי אין ראדני איך האב געציילט 23 שטריימלעך קיין איין בחור אחוץ די הויז בחור, ווען מען זאגט מיר דאס וואלט איך נישט געגלייבט.

רבי_יונה » 24/4/2011 23:17



דער רבי זכרונו לברכה איז אויך געווען איינער אליין  , בבחינת ''ויותר יעקב לבדו''

רבי_יונה » 24/4/2011 23:23



פון ציפערן מאכט מען אן עסק ,  נאר ווען זיי זענען לטובה

טראק » 24/4/2011 23:33

די זאליס גייען ווייטער פארקויפען די קעלבער אז מען קען נישט מאכן די נעילת החג טיש אינעם נייעם בית המדרש וועגן די פייער וואס איז געווען פאריאר, און ממילא...?

האט מען אויך נישט געקענט מאכן די גראסערי היי יאר דארט, וועגן די פייער וואס איז געווען און...?

אמ אמ.. עס שטינקט געפערליך...

נישט אומזינסט ווען א זאלי גייט דורך די נייע ביהמ"ד פארשטאפט ער זיך די נאז און מאכט צו די אויגען...

ווייל...?

ער דערהייבט נישט די שרעקליכע פייער גרויך וואס קומט ארויס פון דארט....

רבי_יונה » 25/4/2011 00:30


און וואו גייען די ''בני יואל'' מאכן נעילת החג? וואו גייען זיי שפארן דעם יום טוב?

אפשר אין דעם אפגעשפארטן '' בית המדרש'' ?

_________________