געווען אמאל א אלטער בחור א גרויסער פערד מ'האט מיט אים נישט געקענט קיין שידוכים טון ווייל ער האט זיך אויפגעפירט אבנארמאל צווישן מענטשן. ויהי היום מ'האט דעם בחור אראפגעזעצט מיט א גוטן שדכן, דער שדכן האט דעם בחור אויסגעלערנט פונקטליך וויאזוי זיך אויפצופירן כדי נישט צו רופן קיין אויפמערקזאמקייט, דער בחור האט געשפילט ווי ער פארשטייט, והנה מ'גייט צום שידוך שליסן. ווען עס איז געקומען צום שידוך שליסן האט דער בחור זיך גאנץ נארמאל אויפגעפירט, ביז מ'האט ארויסגענומען דעם פלעשל לחיים און געלייגט אויפן טיש, האט דער בחור דינן גענומען די האנט און ביים לחיים געבן אריינגעשטיפט די האנט אין הענטל פונעם פלעשל און אזוי געגעבן לחיים. פארשטייט זיך אז דער שידוך איז געווארן אויס, ווייל די מחותנים האבן געזען מיט וועם מ'האט דא צוטאן. ווען דער שדכן האט געפרעגט דעם בחור פארוואס האסטו דאס געטון, האט ער געענטפערט מיט א פשטות: האסט מיר נישט געזאגט אז מ'טאר נישט...
דאס זעלביגע חזר'ט זיך איבער יאר איין יאר אויס מיט אונזער דזשיגאן עם הארץ. פאריאר האט ער אויפגעטרעטן מיט די באוויסטע קאקאו - ווייץ דרשה, וואס האט אין זיינער צייט אויפגעשאקעלט כלל ישראל אין געלעכטער. דאס יאר האט מען שוין דעם דזשיגאן געווארענט אז פון ווייץ און מצות זאל ער שטיין ווייט ווייל דאס ברענגט אים לויטערע בזיונות, והנה דאס קינד האט צוריקגענומען אין די האנט אריין זיין באליבטע טאפיק, צניעות נשים, און ברייט אויסגעשמועסט מיט אלע דעטאלן, ווארום מ'האט דאך אים נישט געזאגט אז מ'טאר נישט.
דער דזשיגאן האט במתק לשונו מסביר געווען פונקטליך וויאזוי די דאסטער'ס ארבעטן, און אין וועלכע חלק זיי דארפן א תיקון. דערנאך האט ער זיך גענומען צו די שפיצלעך און שייטלעך, און אראפגעגעבן א פונקטליכע דיסקריפציע וויאזוי זיי קוקן היינט אויס. אביסל ווייטער האט ער מחדש געווען א קל וחומר, אז פונקט ווי אין קרית יואל נעמט די מוסד נישט אריין קיין מאנהעטענער קינדער, וויל ער אז אין וויליאמסבורג זאל מען נישט אריינברענגן קיין יאפאנעזער און עגיפטישער קינדער.
אין איין ווארט: כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט ביי זיין דרשה אין ראדני מעורר געווען דעם ציבור אויף די גענוי זעלבע זאכן, וואס עס זענען הכל מודים אז צריכין תיקון. פילייכט איז נאך אלץ דער דזשיגאן עם הארץ א ריז אין שאפן העדליינס, און זיכער געמאכט אז פון זיין דרשה וועט מען רעדן, ווייל ער האט גערעדט זאפטיג מיט שפייעכץ, צונומען דעם ענין אויף קליין געלט. ווייטער זיין אינגערער ברודער האט דאס געזאגט אויף א איידעלן אופן, ווי עס דארף צו זיין ביי דברים שהצניעות יפה להם.
צום שלוס, עס איז צום ערווארטן פון די וואך און ווייטער א גאר העפטיגער און לעבעדיגער שמואל ווידער סטיל קאמפיין אויף די נושא פון דאסטערס. וואס דער דזשיגאן האט פארלאנגט זיי זאלן זיי מהודרת ווי זיינע מצות און פלייש באנעזאם. האלט אייך געשפאנט.

תוקן על ידי המהדרין ב- 22/04/2011 23:37:49