היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דברות קודש פון כ''ק רבינו ה'לב אהרן מסאטמאר שליט''א

דברות קודש פון כ''ק רבינו ה'לב אהרן מסאטמאר שליט''א

94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2889785
בלאט: 1 2

kleinekup » 22/4/2011 08:02

יישר כח ר' יונה.

לייג די זעלבע דגוש אויף די אנדערע חלקי הדרשה.

בלעקבערי

חינוך
וכדו'

בגדי נשים איז נאר איינס פון 4 וויכטיגע פונקטן

kleinekup » 22/4/2011 08:03



תוקן על ידי kleinekup ב- 22/04/2011 08:07:37

רבי_יונה » 22/4/2011 16:59



אלע מערכות דארפן חיזוק , אבער די מערכה קעגען דאסטער''ס איז יעצט עומד על הפרק.

רבי_יונה » 22/4/2011 17:27



הרב ר מאיר צוויבל שליט''א מחדש: חמ''ץ ר''ת מ'לבושים צ'רים( ענגע) ח'צופות

וכולם צריכין לבערם.

רבי_יונה » 22/4/2011 18:58

וגם הוסיף:מצ''ה ר''ת מ'לבושי צ'ניעות ה'כשרים

רבי_יונה » 22/4/2011 19:04



עס איז א סברא אז ביי די דאסטע''ר מערכה וועלן זיך די זאלונים יא באלד צושטעלן , אנדערש ווי
ביי די חתונה תקנות ווען די זאלונים האבן זיך קודם גע'עקש'נט , ביז עס איז געקומען דרוק פון אייגענעם ציבור.

רבי_יונה » 22/4/2011 19:12



לויט'ן ''בלאט'' פון ערב פסח האט  ר' יאנקי הירש פון ''קאנטינענטאל'' זאל אין וויליאמסבורג מחליט געווען ,  אז ווי איידער צו זיין פארמאכט און טונקעל גאנצעטע נעכט פון יאר  - אזויווי מען האט געזעהן אין דעם פארלאפענעם לאנגען ווינטער --  לאזט ער נאך די פרייז אויף דאנערשטאג נאכט א גאנץ יאר, און א גאנצע וואך אין געוויסע חלקים פון יאר

רבי_יונה » 22/4/2011 19:35


 אויך ''ויואל משה'' זאל אין וויליאמסבורג האט קאפירט דעם בעסערן חתונה פעקעדזש פון ראוז קעסטעל , צוליב דרוק פון אייגענעם ציבור און כדי נישט צו שטיין ליידיג גרויסע חלקים פון יאר

רבי_יונה » 22/4/2011 19:39


די '' פאסטעל'' מלבושי נשים פירמע האט זיך היינט ערב שבת חול המועד פארבינדען מיט
הרבנית מסאטמאר תליט''א פון וויליאמסבורג און פארשפראכען אויסצופאלגען אלע אנווייזונגען.

ממנו ילמדו וכן יעשו.

רבי_יונה » 22/4/2011 19:43



''אולם עקשטיין'' אין קרית יואל איז נאך אלץ וואונדער שבוואונדער.

6,000 דאללאר פאר ביידע צדדים אינאיינעם פאר די גאנצע ליל החתונה , כולל אלע הוצאות, בלי יוצא מן הכלל. 

רבי_יונה » 22/4/2011 19:49


ברוך הבא  וברכת צלח ורכב צו די נייע וואכנאכט תקנות פון קהל יטב לב דסאטמאר

וואלןסח » 22/4/2011 22:22

ס'געדענקט זיך נאך גוט אין די ערשטע יארן וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז געווארן ממלא מקום, ווען יעדער האט נאך געדאוונט אין איין ביהמ"ד, די מיימינים און די משמאילים, מען איז נאך געקומען צו די כינוסים און מסיבות, ביז ס'האט פאסירט דער טיילונג אין תשמ"ט
עפעס אזא פנים קוקט עס אויס היינט, ס'איז הימל און ערד און דעם רבינ'ס דרשה, די זאלונים קענען עס נאך בעסער ווי אונז אליין, ס'איז אינטערעסאנט צו וויסן וויפיל צוהערער זענען געווען אין ראדני

רבי_יונה » 22/4/2011 23:14


ר' משה לויפער האט היינט אין די מקוה געפרעגט ר' מענדל מאיר יאקאבאוויטש: האסט
געהערט,  (רבי) אהרן גייט עפענען א פאנדזעלאו סטאר?

ענטפערט ר' מענדל מאיר: זאג ווי דו ווילסט, ער וועט עס דורכפירן. דרך אגב , פון דעם דא אויבן, קענסטו עפעס נאכזאגען?

רבי_יונה » 22/4/2011 23:51



אלע רבנים לבית אוהעל , סיגעט און סאטמאר פלעגען מוסר זאגען בענין צניעות ביי מלבושי נשים.

רבי_יונה » 23/4/2011 01:05



 נישט יעדער איז מסכים מיט'ן מציאות , אבער צוליב דעם ווערט עס נישט אנדערש.

מיט יארן צוריק איז די השפעה פון סאטמאר אויף אנדערע קהלות געווען נאר מיט טעראר און שלעק.

לאמיר נעמען אזא קהלה ווי פאפא , וואס סאטמאר האט אלעמאל געלאכט פון זיי.


קיין שום איינפיר אדער הידור פון סאטמאר האט פאפא נישט קאפירט סאטמאר אין די כ' ל' מ'  און נ' יארן. 
צי ביי סימס אויף מיידל שולע שטרימפ ,
צי ביי חומרות אין בוטשער ווי אויפשניידן די גאנצע עוף,
צי ביי די תקנה פון גיין בלויז מיט א טיכל ביי די ימים נוראים ,
צי ביי אסר'ן די 2 רעדל'דיגע בייקס ,
 צי זיך יא אדער נישט טרעפן מיט'ן בעלזער רבי'ן ,
צי יא אדער נישט גיין צו די עצרת פון אמעריקאנער אגודה אין מאנהעטן ,
צי ביים נעמען געלט פון ''פעדערעישאן'' ועוד, ועוד.

אזוי אויך קיין שום אנדערע גרעסערע קהלה האט זיך נישט גערעכנט מיט סאטמאר מרצונם הטוב.

ווען עס האט אויסגעקוקט אז סאטמאר איז מנצח איבער אנדערע קהלות איז דאס געווען בלויז מיט טעראר און שלעק
כאשר הורה לנו  ר' ליפא פר''מ ע''ה, והדברים ידועים ואין כאן המקום להאריך.


כהיום ,  ווען קהלות קדושות בישראל קאפירן סאטמאר מרצונם הטוב ,  צי מען איז מקפיד אויף בשר עוף ובהמה
 פון קרית יואל , צי חתונה תקנות , צי אריזאנא מצות , אא''וו - דארף מען באמת אנאליזירן צי דער
טיטל ''רשכבה''ג'' איז נישט טייל מאל היבש איבערגעטריבן און צומאל גאר לעכערליך. 
 

רבי_יונה » 24/4/2011 05:14



פאפא קהילה יוכיח: דעם עירוב פארבאט מיט'ן גרעסטן טעראר האט מען נישט אנגענומען.

אריזאנא מצות עפ''י דעת תורה האט מען אנגענומען בשתי ידים.

געלעכטער » 24/4/2011 07:20

להוי ידוע אז פאפא-צעהלים מצה בעקעריי באקט שוין 10 יאר אריזאנע מצות, און היי יאר צוליב די שערורי' האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א געגעסן לאנג-איילענד מצות (דאס יאר האבן זיי אינגאנצן געבאקען 25 פראצענט אריזאנע)

געלעכטער » 24/4/2011 07:23

דו האסט שוין אפגעשריבען צענדליגער תגובות אין די לעצטע צוויי מעת לעת'ן אהן קיין הענט און קיין פיס, ווארף אריין אביסעלע אמת אויך!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:18:10

געלעכטער » 24/4/2011 07:25

איין קליינע דוגמא, ווען איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א די לעצטע מאל געווען ביי א פראטעסט??? אויב מאכט ער מכלומרשט נאך קהלת מהר"א ווי איז ער געווען ביים לעצטן פראטעסט וואס קהלת מהר"א האט פאררופען אין מאנהעטן??? דאס הייסט נישט קיין טעראר! זיין פאטער דער אלטער פאפא'ער רבי זצוק"ל איז געווען א פייערדיגע לוחם מלחמותת ה' און איז כסדר געשטאנען לימין קדשו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און האט אויך אויפגעטערעטן ביי פראטעסטן, דער היינטיגער פאפא רבי: ווילאנג סאטמאר איז געווען סאטמאר האט ער זיך צוגעשטעלט - ער האט געפילט אז עס איז נאך דא א אן הנהגה - דער מינוט סאטמאר איז צוטיילט האט ער זיך אפגעשאקעלט פונעם גאנצען ענין, לכו"ע מודה אז סאטמאר איז שוין נישט סאטמאר (איך גיי נישט אריין ווער עס איז שולדיג) ממילא איז זייער נאריש צו זאגן אז יעצט איז דער עולם התיקון און יעדער מאכט נאך סאטמאר משא"כ אמאל! דערווייל ביי די אריזאנא מצות האט סאטמאר-מהר"א נאכגעמאכט פאפא!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:12:54

זכר_באנדל » 24/4/2011 09:27

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דערווייל ביי די אריזאנא מצות האט סאטמאר-מהר"א נאכגעמאכט פאפא!

תוקן על ידי געלעכטער ב- 24/04/2011 08:12:54



יו די בעסט, געלעכטער.....! [בילד – נישט אפגעהיט]
 
דו קומסט מיר פאר וואו א חבר מיינער דערציילט מיר ווי ער האט זיך לעצטענס געטראפן מיט אפאר בעלזא בחורים, און ס'האט זיך פארפירט א שמועס בענין פלייש און שחיטה, רופט זיך אן דער חבר מיינער: אינטערעסאנט איז אז תשע"א זאל בעלזא קהלה פון אמעריקא קומען קיין סאטמאר אין בית השחיטה און אפיציעל ראנען זייער שחיטה אונטער די 'סאטמארע ווירטשאפט'.... און פון דעם קען מען זעהן וואס פאר א ליפטיגע שמוציגע מערכה אפאר ליידיגייערס האבן געפירט אמאל קעגן קהלת בעלזא ווען מ'האט נישט געוואוסט ווי איין און ווי אויס יעדע זאך איז קודם געגאנגן מיט שלעק!!

רופט זיך אן דער בעלזער בחור מיט א תמימותדיגן מינע אויסגעשפרייט אויפן געזיכט:
איך ווייס נישט וואס דו רעדטס דא שטותים און הבלים, די קרית יואלע בית השחיטה המהודרת האט בעלזא אפגעקויפט צוליב וואס סאטמאר האט געהאלטן ביים באנקראט..........
 און סאטמאר שעכט היינט ביי בעלזא...........



_________________

געלעכטער » 24/4/2011 10:21

וואס האסטו מיר יעצט געענפערט?? "פאפא האט אנגעהויבן ניצן אריזאנא פאר 10 יאר צוריק" ווען קהלות מהר"א האט נאך נישט געהאט קיין בעקעריי אין וויליאמסבורג...

רבי_יונה » 24/4/2011 15:01



שרייב נאכאמאל דעם שקר: פאפא האט אנגעהויבן צו נוצן אריזאנא ווייץ 10 יאר צוריק , אין יאר תשס''א.

הא? שוין 10 גאנצע יאר וואס פאפא קהילה עסט חמץ בפסח?

רבי_יונה » 24/4/2011 15:08


 א ''רשכבה''ג'' ווערט מען נישט  , אויב די אייגען באצאלטע פעיראלל דיינים האלטן מיט , נישט קיין חילוק ווי ברייט די ביבער היט איז , נישט קיין חילוק ווי צוקניישט די שטערן איז און נישט קיין חילוק ווי צושטרויבעלט די פיאות איז.

א ''רשכבה''ג'' איז מען ,  ווען אנדערע קהילות נעמען אן א כשרות הידור אדער א תקנה לדורות לטובת הכלל.

רבי_יונה » 24/4/2011 15:13

א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען חתונה תקנות ווערן קאפירט דורך קהלה נאך קהלה
 אין חוץ לארץ , און דורך קהלהנאך קהלה  אין ארץ ישראל.

רבי_יונה » 24/4/2011 15:16



א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען 15 חתונה זאלן לענגאויס ניו יארק ערלויבן היינט-צו-טאגס חתונה מאכן
פאר האלב געלט וויפיל עס האט געקאסט מיט אביסעלע מער ווי דריי יאר צוריק.

רבי_יונה » 24/4/2011 15:21



א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען אזעלכע קהלות קדושות ווי פאפא , וויזניץ-מאנסי , באבאוו , ראכמיסטריווקא , באיאן ,
ר' מאטיל סטיטשנער , בית המדרש גבוה ד'לעיקוואוד אא''וו ,  שעכטן זייער בשר עוף
אך ורק אינעם בית השחיטה המהודרת פון קרית יואל.

רבי_יונה » 24/4/2011 15:49


א ''רשכבה''ג'' איז מען  , ווען מען האט געקענט  אין יאר 2010 צונעמען פון די ''כלות'' די טייערע  דיאמנטן שטיינער
פון 3 , 4 , 5 ,
 און 6 טויזנט דאללער ,
און זיי אנטוהן א סי זי שטיינדעל פון 20 דאללער  ( נישט אריינגערעכנט דער עצם רינגעל וואס קאסט נאך 2 אדער 3 הונדערט דאללאר).

און אזעלכע קהילות ווי סקווירא , באבוב , בעלזא , ראחמיסטריווקא , גער , אמונת ישראל גייען אין די
פיסטריט פון סאטמאר, צו מאכן די זעלבע אדער ענליכע תקנה.

רבי_יונה » 24/4/2011 15:58



 און דאס האט מען נישט געפויעלט ביי די פשוטע און איינפאכע לעיקוואודער אדער בית יעקב מיידליך ,
נאר ביי די פענסי און אויסגעשמירטע (נוסח הידוע פון קאשויער חדר) בית רחל מיידליך.

רבי_יונה » 24/4/2011 18:25



א ''רשכבה''ג'' איז מען , ווען מען איז זוכה צו מאכן גאנץ כלל ישראל
 צו רעדן גרויסע חלקים פון יאר איבער הידורים וחומרות אויף מצות , אויף שחיטה  אא''וו.

נישט ווי אמאל , ווען א דורכשניטליכער באלאבאס איז אראפ געקומען פון די סאבוועי-באן , מען איז אריין צו ר' יודל'ן אין די בעקעריי , מען האט זיך געלאזט איינפאקן 10 אדער 15 פונט מצות , מען האט גערופן ''עפעס'' אדער '' יאסל שארמאשער'' קאר סערוויס , מען האט אהיימגעפירט די מצות , און יאכלו ענוים וישבעו.

היינט איז אן אנדערע וועלט. מען פרעגט שאלות. מען איז מברר. מען פאדערט תירוצים.
מען טוישט פון לאנג איילאנד קיין אינדיאנא, איידעהא און מערילענד. 

מען רעדט פון מצומחות. מען ווייסט וואס הייסט מבוקעות. קינד-און-קייט ווייסן
 אז די בראדוועי ווייץ האט געדארפט אנקומען צו ביטול.

מען קאכט זיך א גאנץ יאר איבער די מצות.
מען האלט מיט  , וואו מען שניידט און ווען מען שניידט.

די ראדני קהלה שיקט שוין ארויס חול המועד סוכות תשע''א בראשורן וואו מען מעלדט איין דעם ציבור
אז אויף פסח תשע''א האט מען געשניטן אין מערילענד , איידעהא און אינדיאנא. 
אמאל איז דאס נישט געווען.
מען רעדט אפילו פון ''זאלץ''. עס איז א נושא צי דער בראדוועי קוואל איז געזאלצן.
 חסידים ואנשי מעשה , לומדי הכוללים און בחורים גייען גאר אנדערש צו צו א יום טוב ווי אמאל.

דאס זעלבע איז ביי בשר עוף און בשר בהמה.

אפילו די וועלכע מאכן זיך נאריש , און זיי מאכן דעם אנשטעל כאילו זיי עסן נישט דאס און עסן נישט יענץ ,
אבער כשרות , הידורים און חומרות זענען געווארן א טייל פון ציבור'ס לעבען במשך פון א גאנץ יאר.

רבי_יונה » 24/4/2011 18:55



א ''רשכבה''ג'' איז מען ווען מען מאכט א רעוואלוציע אין די קעטסקילס.

מען בויעט אויף א תורה ותפלה צענטער לשם ולתפארה , און אנדערע קאפירן דאס.

מען ברענגט אריין אין ציבור אז ''וואקאציע'' מיינט תורה , תורה , און ווידער תורה ,
און עס פליסט אויך אריבער צו אנדערע קרייזן.

מען שטעלט אויף א פראכטפולן בית המדרש אויף די בערג , און שאי עיניך וראי , כולם נקבצו באו לך.

רבי_יונה » 24/4/2011 23:33


א ''רשכבה'''ג'' איז מען , ווען דער גדול בישראל רבי מלכיאל קאטלער שליט''א האט א שווערער שאלה איבער א מקוה טהרה , און קומט אריבער פון לעיקוואוד קיין קרית יואל צו א חסידישן רבי'ן , און פרעגט אן כדת מה לעשות.

סאטמארבילד » 27/4/2011 09:07



[בילד – נישט אפגעהיט]  
האדמו"ר מסאטמר: "אני מקים ועד כשרות לבגדים"
האדמו"ר מסאטמר הקדיש את משאו השנתי בחול המועד פסח לנושא צניעות בגדי הנשים • הודיע: "אני מקים גוף פיקוח וכשרות על מפעלים וחנויות של בגדי נשים"
יוסי כץ, בחדרי חרדים 22:23 26/04/2011


http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=27021

רבי_יונה » 27/4/2011 16:59


פלא והפלא: 12 יאר שפעטער און די זאלונים שטייען אויף בכל יום ויום מיט מהר''א , לייגען זיך מיט אים , אטעמען מיט אים ,  ער איז די צענטעראלע טעמע ביי יעדע שמחה , מסיבה , אין די מקוה , בין גברא לגברא שמועס , שבת ויו''ט ביים טיש אין שטוב.

ער דאמינירט זיי דאס לעבן.

סוכות תשע''א שיקט מען שוין ארויס א בראשור אז מען האט געשניטן אין פרישע 3 סטעיטס ווי אינדיאנא , איידעהא , מערילאנד.

אויב דאס איז געווען דער פלאן מיט 12 יאר צוריק , איז דער פלאן געלונגען ערשטקלאסיג
.

נאר אויב דער בלו פרינט איז געווען  אן אנדערער  , דאן איז לא טוב. 

_________________

רבי_יונה » 27/4/2011 18:05


איינער האט מיך געפרעגט פארגאנגענעם שביעי של פסח , צי עס איז אמת אז דער סקולענער רבי זצ''ל און זיין זון דער היינטיגער רבי שליט''א זענען געגאנגען צוס כותל המערבי לאנגע יארן דערנאך וואס דער רשכבה''ג הדברי יואל מסאטמאר ז''ל האט בפירוש גע'פסק'נט אז ''לדעתי איז אסור צו גיין צום כותל ביז משיח וועט קומען''

_________________

גוטזאגער » 27/4/2011 18:16

יונה, נישט ריכטיג.

דאס לשון איז נישט געווען איז "אסור צום גיין  צום כותל".
נאר מען זאל זיך מונע זיין.

און אויף האט ר' אברהם מאיר פויגל שליט"א געזאגט זיין באקאנטן שארפן ענטפער כידוע, וואס האט שטארק מהנה געווען דעם רבי'ן זצ"ל.

_________________

מישמאש » 27/4/2011 19:42

וואו מען גייט און וואו מען שטייט, ווען מען האנקעט אן מיט א זאליבאן, איז די מדובר די דרשה פון רבינו שליט''א, איך בין ליידער נישט געווען ביי די דרשה, איך האב  אבער געהערט גאנצע שטיקליך פון די דרשה פון  א זאליבאן, אפי' פונעם טיפזיניגען פילפול האב מיר דער זאלי געוויסט נאך צו זאגען, א פלא,

איך פרעג אים אזוי זאג פון דיין געשיק ר' זאלישעל קאנסטו מיר אויך נאך זאגן עפעס א ווארט?

ענפערט מיר דער שוטה, מיין ר' זאלישעל איז א ניקסט, עניים לו ולא יראו פה לו ולא ידבירו, רגלים לו ולא יהלכו, ממש עץ ואבן, ער האט ליב צו זיצן און קאלעצען א גאנצען טאג, ער האלט נישט ביי גארניקסט,  ער פראוועט א תענית הדיבור גאנצעטע חדשים, ווען ער עפענט זיך שוין יא דאס פיסקל, וווערט ליסטיג אויף דער וועלט, עס הייבט אן צו פארן,

וועקי, שקל שלם, שור שנגח את הפרה זה אומר כילו שלי, ה' צילך, אהבה מיסתרת, מען האט זיך געקענט מדבק זיין און די רעביצען, גנבים חמסנים, די פינגער זאלן אראפ פאלן, יקרבי ימי אבל אבי, די הינט בילן און די באן פארט, ער וויל נאר שלום, איך בין בעצם א בארא פארקער..... די ליסט איז ווייט פון פארטיג,

מען  קען אים באמת לייגן און שמות,


זאג איך אים אויב דער זאלי קיקט אזוי אן זיי געשיק, וואו אזוי זאל אים סאטמאר אנקיקען,?

זאגט ער מיר וואו לאנג ער שטויסט א..... איז ער מיר גוט......

מלך_מלכים » 27/4/2011 20:21

רבי_יונה איך מין מחולק מיט דיר, איך וועל דיר זאגן וואס א ראשקעבעהאג איז לשיטתי.

א רשכעבעהאג איז מען ווען מען פארמאגט עטליכע שרייבערלעך אויף היידפארק וואס שרייבן אויף אים ראשכעבעהאג אין נאכדעם וויינט מען מיט קאראקאדיל טרערן "אינטערנעט!!!!!,

א רשכעבעהאג איז מען ווען מען פארמאגט א בלאט וואס שרייבט לכל הפחות עטליכע הינדערט מאל א וואך הגאון הקדוש ראטשקעבעהאג,

א רשכעבעהאג איז מען ווען זעהט אויפן כלי אז יענעמס קהלה גייט עסן חמץ אום פסח, אין מען ווארט ביז אימיטן פסח מעורר צו זיין.

א ראשכעבעהאג איז מען ווען מען מאכט שלום מיטן טאטענס שונאים (בעלזא) אין מען איז מחזק די מחלקה מיט די אייגענע שונאים (בנ"י).

הולך_לבגץ » 27/4/2011 20:37


איך האב פונקט נעכטען גהערט ווי א היימישער איד רעדט מיט א זאלי אביסל פאליטיק

און ער זאגט פארן זאלי אז ר' זלמן לייב וכו'.
פרעגט עם דער זאלי פון ווען רופסטו עם ר' זלמן לייב?
האט ער עם גענפערט, פון ווען איך האב באמערקט אז ווען איך זאג דיר ר' זלמן לייב ווערסטו אין כעס, און ווען איך רוף עם אן ר' ביסטו פרייליך.

גוטזאגער » 27/4/2011 21:55

איך האלט אז עכט ווערט מען א זשיגאן ווען מ'הערט אויס די כפירה'דיגע ליצנות קאסעטעס דורכאויס די בחור'ישע יארן.

וואס זאגסטו צו דעם?

_________________

מישמאש » 27/4/2011 23:28

דאס אז רבי זאלישעל האט זיך אנגעהערט מיט די דשיגאן תורות וואלט מען אפשר געקענט מוחל זיין, אבער דאס ער האט די קאסעטעס געגנבעט פון ה.וו איז עס נאך ביז היינט נישט ציריק געגעבן דאס איז א פארברעך, און ער האט נאך געהאט די דשיגאנע חוצפה צו שרייען וואו אן אקס ביי די פערלשטיין לוויה, גנבים....... חמסנים............ אן אונטערוועלטניק, אהער מיט די קאסעטעס........... באהאלט דיך נישט און די פעפיטע הויזען.... זיי מקיים והשיב את הגזילה, זעץ דיר אריין און דיין שיינע קעדילעק מיט דיין פרענד משה וואלף' לע איז טראג ציריק די קאסעטעס פאר ר' ה.

לא תיגנובו שטייט די וואך................ א הער מיט די קאסעטעס................

רבי_יונה » 28/4/2011 05:42


אין 'דער איד' איז אויך געווען  אלע יארן געדינגענע שרייבערליך וואס האבן טאג און נאכט געשריבן ''רשכבה''ג''.

האט דער פאפא רב ז''ל אדער די סקולענער רבי'ס געפאלגט דעם איסור פון הליכה לכותל?

און דאס איז נאר איין דוגמא.

_________________

סאטמארבילד » 28/4/2011 12:31


קול סאטמאר אפטיילונג
 
צו הערן/דאונלאודן די חלק המוסר פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
ביי די דברות קודש פארגאנגענעם חוה"מ העעל"ט
בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
דרוקט אויפן "קול סאטמאר" סימבאל
 
 


[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

פשווארסק » 29/4/2011 00:33

[בילד – נישט אפגעהיט]
*
[בילד – נישט אפגעהיט]

מלך_מלכים » 29/4/2011 00:44

גרויס פרייד הערשט ביי חסידי סאטמער אז ר' אהרן האט זיך ב"ה דערלערנט אז ווען ער נעמט צוזאם זיין עולם דארשענט מען נישט פאר זיי וואס ער האט אלץ אויפגעטון, אין אוודאי נישט בארעדן אנדערע קהלות, פיינעלי רעדט ער פון זאכן וואס איז נוגע זיין עולם, אז מען לעבט דערלעבט מען.
בלאט: 1 2