היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » חיים שלמה פישער: דזשיגאן מחבר ספר וידום אהרן...

חיים שלמה פישער: דזשיגאן מחבר ספר וידום אהרן...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2889230

דזשיגאן » 15/4/2011 20:14

אין העולם החרדי די וואך איז מיטגעקומען א פסח ביילאגע וועלכע באשרייבט די משמשים ביי די אדמורי"ם בדורינו. צווישן די ווערט אויך באשריבן פישער גאבע מיט די אפענע צאן. צווישן אנדערע פארציילט פישער אז איינמאל איז דער דזשיגאן עם הארץ ארויסגעקומען פון א מגבית וואס האט זיך געענדיגט פאר עלעווע, אזוי ווי די תקנות, און דער דזשיגאן האט נישט עספיעט צו זאגן זיין גאנצע דרשה צוליב דעם. האט ער זיך אויסגעדרוקט אין די קאר פאר חיים שלמה אז אויף די אלע דרשות קען ער ארויסגעבן א ספר וידום אהרן.
 
למען הפונקטליכקייט, וועלן מיר אייך דא דערציילן דער ארגינעלער סיפור. יארן צוריק נאך ווען דער ברך משה איז געווען סיגעטער רב, האבן אין סיגעטער כולל געלערנט צוויי אינגעלייט, אהרן טייטלבוים מיט ר' דוד מייזעלס פון מאנטריאל. דער דזשיגאן עם הארץ האט כדרכו משוגע געמאכט דעם גאנצן ציבור מיט זיינע פאני הגהות און נארישע וויצן. איינמאל איז ער צוגעגאנגן צו ר' דוד און אים געזאגט "אאאאיך האב א נאמען פאר דיין ספר, שגיון לדוד".., ר' דוד האט זיך נישט פארלוירן און אים גלייך געענטפערט, און דיין ספר קען הייסן "וידום אהרן"...
 
איצט וועלן מיר צוריק איבערגעבן דאס ווארט פאר פישער גאבע זאל פארציילן נאך וואונדערליכע זאכן פון זיין דזשיגאן בעבי.

עםהארץל » 15/4/2011 20:43

א טייער ווארט...
 [בילד – נישט אפגעהיט]

חזקה » 17/4/2011 12:55

דזשיגאן, ביסט דאך אזוי גוט, די רעדסט דאך ממש ווי עס איז פארהאן בילדער ווי ער זאל ווען האבן זיך אריינגעזעצט אין פארנט זיץ מיט א  אישה, ביסט דאך מתוק, אויפן ארט האסטו שוין א מעשה, געבסט א פאוברוציר עפעס מיטן גאנצן ערנסטקייט און דאס איז עס... כא כא כא יו ביסטו גוט... גאנץ זיס!

_________________