אין די יעצטיגע טעג פאר פסח האבן די אהרונים געארבעט מיט איבערמידליכע כוחות צו פארשאפן א באמבאסטישן קעפל פאר דער בלאט, צו גאר פאר זייער נייעם בלעטעל "אוצר" (וואס שטעקט אונטער דער ערשיינונג פון דעם נייעם אויסגאבע וועט נאכפאלגן אין א באזונדערן באריכט. האלט אייך געשפאנט). דער קעפל האט געזאלט אינפארמירן פאר די אהרונים מיט גרויס פרייד אז דער הופפער גאס וועט פארבלייבן דער ווינקל פון פארשטעלונגן און דזשיגאן רעדעס, און אנדערש ווי ביז היינט וואס מ'צאלט שווערע אלפים רענט א חודש, מיטן איינרעדעניש אז מ'גייט נאך באקומען דעם בית המדרש החדש צו גאר א אנדערער בנין וואס געהערט צו סאטמאר, האבן זיי יעצט (ענדליך...) אפגעקויפט (אן געלט, כנהוג) דעם פערצן הופערדיגן שול, און מיט דעם לייגן סתימת הגולל אויף דעם צוועלף יאר'יגן טרוים פון אני אמלוך אני ולא אחר, און אפן דערקלערן אז מ'האט ליידער פארלוירן וויליאמסבורג.
דער ערשטער סטאנציע זייערער צו שאפן דעם קעפל פארן בלאט (און אייגענטליך א שמחת יום טוב פאר די טויזענטער סאטמארער חסידים...), איז געווען ביי די בעלי בתים פון דרייצן הופער. זיי האבן אנגעהויבן פארהאנדלען מיט זייערע פרייזן, אבער מ'האט באלד געזען אז זיי ווילן זייער שטארק אפקויפן דעם בנין, נאר בחינם, ווארום קיין געלט דערצו האבן זיי נישט. אזוי אויך האבן זיי פרובירט זייערע שטיק ביי נאך עטליכע אידן אין וויליאמסבורג וואס פארמאגן גרויסע שטחים, געאייגענט פארן גרעסטן רבי'ן פון די גאנצע וועלט, אבער די אלע אידן האבן גלייך געזען אז קיין געלט קען מען פון די אהרונים נישט באקומען, נאר קאנטראקט צעטליך.
באין ברירה, אז נישט דרייצן זאל כאטש זיין פערצן הופער, האט מען זיך ווידעראמאל געוואנדן צו די אלטע לענדלארד'ס, וועכע האבן שוין מזמין געווען די אהרונים צו דין תורה, משפחת פישמאן. די אהרונים האבן אנגעהויבן שיקן אומצאליגע שליחים און געלייגט אונגעהויערע דרוק אויף די פישמאן ברודער, אז זיי זאלן זיי פארקויפן דעם שטח אויף וועלכע עס שטייט דער וואונדער שול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן איבערנאכט. די פישמאן ברודער האבן געענטפערט פאר די אלע שליחים אז זיי זענען מסכים צו פארקויפן דעם שול, אבער מ'זאל זיי הערשט רופן ווען זיי האבן די געלט גרייט ביי א לויער אונטערצושרייבן אויפן קלאזינג, סתם אויף קאנטראקט צעטליך זענען זיי נישט אינטערעסירט צו מאכן קיין געשעפטן, נאכדערצו מיט די אהרונים.
יעצט, אפאר טאג פאר פסח, האבן זיך די אהרונים שוין געטראפן אן א שול אין וויליאמסבורג, און צום לעצט אן א קעפל פארן בלאט הויפזייטל ערב פסח. ווער עס האט עפעס בייפעלער וואס די אהרונים קענען שרייבן אויפן בלאט קעפל אנשטאט דעם נייעס, איז מכבוד צו רופן שמואל ווידער...