אין די פארנומענע ערב פסח מינוטן שפיר איך א פליכט צו נעמען די פאר מינוט און דאנקן דעם רבוש"ע אויף די ניסים גלויים ווי איך בין געשטאנען סקונדעס אוועק פון א הארץ אטאקע און דער רבוש"ע האט מיר בחסדי שמים אין די לעצטע רגעים אפגעשפארט א הארץ אטאקע רח"ל.
איך בין געווען אין וו"ב און עס איז מיר ממש שלעכט געווארן פאר די אויגן זעענדיג די "טרעפיק" ביים מליחה ואילך בושטער, די טירן רוען נישט פאר קיין סוקונדע, מענטשן שטורעמען אריין און ארויס, די געשעפט אליינס איז געפאקט מען טרעט ממש אויף מענטשן, די פריצות איז שרעקליך (מען וואלט געדארפט מאכן באזונדערע שעות פאר מענער און פרויען, אבער וואס קען מען ווארטן פון אזאלכע טריפה חזר עסער). איך גלייב אז וויפיל מענטשן מען זעט קומען און גיין איז דא עטליכע מאל אזוי פיל וואס באשטעלן אויפן טעלעפאון. איך האב זיך נישט געגלייבט מיינע אויגן, הזאת כלל ישראל?
איז שוין די דור אזוי נידריגט אז אזוי פיל מענטשן שעמען זיך נישט בריש גלי איינצוקויפן טריפה פלייש נאך דערצו פון ערגסטן סארט און נאך מער אין סענטער פון לי עוו. נישט עפעס א שעשעפטל פארשטיפט אין א געסל?!
איך פרעג דארט א אינגערמאן פשט, ענטעפרט ער מיר, גיין צום צווייטען נייעם געשעפט אין די אנדערע עק וו"ב וואסטו זען דאס זעלבע, איך בין טאקע צופאליג שפעטער אריבערגעפארן און דארט חזרט זיך איבער דאס זעלבע, מאסן מענטשן מענער און פרויערן שטרוימען אריין און ארויס פון די מליחה ואילך געשעפט, איך האב געשריפט אז איך האלט דאס נישט אויס, אזוי נידריג קען זיך כלל ישראל גליטשן?!
אביסל שפעטער האב איך זיך געטראפן פארנט פון די מליחה ואילך בוטשער אין ב"פ און דאס זעלבע חזרט איך איבער, איך האב נעבעך אומזינסט געהאפט אז אין ב"פ געפינען זיך נאך יא אידן וואס זענען נישט גרייט צו עסן טריפה ממש נאר פאר טריץ. און איך האב זיך גענארט.
איך האב געשפירט אז איך כאפ א הארץ אטאקע. האב איך שנעל איינגעמאלדן פאר מיין ווייב אז די מצב איז נישט גוט.
עטליכע מינוט שפעטער רופט זי מיר צוריק מיט די גוטע נייעס. "איך האב געקאלט מיין ברודער (א קליין קעפיגער נעבעך) און ער האט מיר געזאגט אז באמת קויפט קיינער פון די נישט קיין פלייש אין די טריפה סענטערס. באמת זענען די אלע אידן ערליכע אידן, ס'רעדט זיך וועגן אהרוינים וואס וועלן נישט קויפן קיין פלייש דארט סיי ווי"
אבער אויב אזוי פארוואס איז פלוצלינג דא אזא צוזאמענלויף פון הונדעטער אהרוינים מענער און פרויען אין די בושטערס? פרעג איך מיט אומפארשטאנד.
געדולדיג - ענטפערט מיין ווייב - זיי זענען אלע געקומען קוקן די שטוינענד אינטערסאנטע Skirt stake....

תוקן על ידי נפל ב- 11/04/2011 00:59:51