[בילד – נישט אפגעהיט]
הויפט זייט » כל העולם כולו » בריוו צו קארלסבורגער רב
בריוו צו קארלסבורגער רב
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2888028
בלאט: 1 2
הרב וואלהענדלער ע"ה איז שוין בעלמא דקשוט. לאזט עהם מנוחה. זייט נישט גורם אז מ'זאל עהם ארויס שלעפן פון גן עדן און מצער זיין דורך אייערע מואיסע געמיינע שפראך אויף א פארווייטאגטע פרוי. אלעס נאר פאר די מוציא שם רע פון 2 אומפאראנטפארטליכע מענטשן וואס האבן ביידע געהאט מחלוקת מיט מער ווי איין פרוי און זענען נעבעך פארווייטאגטע מענטשן וועלכע זענען א גאנצן טאג פארנומען מיט יענעם'ס עבירות איידער זענען בודק זייערע אייגענע ענינים.
דער בריוו פון הרב וואלהענדלער קען היינט נישט העלפן ווייל ער קאן נישט קומען מפלפל זיין אויף וואסערע יסוד ער האט מחמיר געוועהן אין מסדר געוועהן פאר די פרוי א גט על תנאי.
יעדער נארמאלער מסדר הגט ווייס אז איידער מען איז מסדר א גט איז מען מבטל כל מיני תנאים וואס דער מאן זאל נאר טראכטן אויף דעם גט און אויב האט דער הרב וו' ע"ה אנדערש מסדר געוועהן, איז דאס געוועהן זיין אייגענע מיינונג. די רבנים וואס האבן איהר מתיר געוועהן זענען נארמאלע בעלי סמכא און קאנען לערנען מער פון דעי בעלי מחלוקת.
אויב חלילה איז דא א סיכסוך צווישן די 2 משפחות בנוגע די קינדער אדער אנדערע ענינים דארף דאס עקסטערע באהאנדעלט ווערן בדין ישראל און אויב די פרוי איז גורם אנדערע עגמת נפש, האט דאס נישט קיין היתר צו שרייבן אויף איהר די געמיינע ווערטער.
בכל אופן קען נישט א ראציגער אינגערמאן שרייבן אזעלכע געמיינע פאפירן

צביהירש,
הרה"ג ר' יהושע העשיל וואלהענדלער ז"ל האט מסדר געווען א גט ווי דער מאן האט געמאכט א גילוי דעת, (נישט קיין תנאי), וואס דאס איז מותר לכתחילה לכל הדעות
ועיין בתשובת של הגאונים בעל מנחת יצחק ור"מ בראנסדארפער זצ"ל בענין גילוי דעת בגט
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 21/03/2012 17:13:58
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2