| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | מעג איך זאגן מיין מיינונג?
איך האלט די איינציגע סיבה פארוואס די זאליס ווילן דוקא ויואל משה, און נישט דברי יואל, איז נאר איינע, ווייל אז ר' אהרן זאגט "גרין" מוז איך זאגן "רויט", ר' אהרן זאגט "צוקער" זאג איך "זאלץ", מ'מוז למען השם זאגן קאפויער ווי ר' אהרן, ס'האט גארנישט מיט וואס ס'שטייט אין די ספרים,
כן נלפע"ד, ונראה נכון ומסתבר, |
|
סקאט, עס איז דא שטארקע חששות אז דו ביסט געבוירן געווארן תשס"ז. יעדער סאטמארער חסיד באשר הוא שם, פלעגט אייביג רופן דעם רבי'ן בעל ויואל משה (אין אפיציעלע מאמענטן, ווייל סתם אזוי פלעגט מען און מען זאגט ווייטער בלויז דער רבי זי"ע). דער נאמען בעל דברי יואל גרילצט סתם אזוי אין די אויערן, עס הערט זיך ווי א גראמאטישער פעלער. עס שטימט פשוט נישט.
ווען דער ברך משה איז אוועק, האבן זיך די אהרונים דערזען אין א פראבלעם. דהיינו? עס איז דא 2 רבי ז"ל'ס. וויאזוי ווייסט מען פון וועמען מען רעדט? איז אנשטאט צו גיין ווייטער אזוי ווי ביז יעצט מיטן וועלטס אנגענומענעם נאמען - ביז דאן, האט מען מחליט געווען עס צו טוישן צו בעל דברי יואל.יעצט, הגם מען וואלט געקענט זאגן אז דער פשט איז אז אהרן האט סתם ליב "דיפרענט", איז אבער דא צופיל אפענע זאכן, וואס לאזן נישט איבער קייינע צווייפלען וואס דער ציל איז מיטן עלימינירן דעם "רבי ז"ל" בכלל, (אדער רעבעזיכרוינעליווראכע בלע"ז) און דעם נאמען ויואל משה בפרט.
_________________