אן אינטערסאנטע איגנאראציע פון די אריזאנע מערכה
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2887650
די אהרונים איגנארן די מערכה פון אריזאנע
נאר אזוי אומוועלענדיג מאכט מען אן אסיפת הרבנים ביי הרב ברודי
נאר אזוי אומוועלענדיג קומט הגר"מ גרין ביי ר' אהרן אינדערהייט צו טועם זיין די אריזאנע מצות.
נאר אזוי אומוועלענדיג האט מען געגעבן פאר צענדלגער רבנים צו טועם זיין פון די אריזאנע מצות.
נאר אזוי אומוועלענדיג מוטשעט מען פילע "חלוקות" אז זיי זאלן קויפן א פונט אריזאנע מצות פאר די שטוינענדע ביליגע פרייז פון 7$
די גאנצע קאנטער אטאקע אויף צוריק ווערט געטאן אומוועלענדיג.
תוקן על ידי סוג ב- 07/04/2011 20:10:33
אט דאס האב איך געשריבן אין כל ארוני,
אט דאס ווערט אנגערופן אין די ארונישע שפראכע, זיך נישט וויסענדיג געמאכט,
ארונים טייערע, מאכט אייך ביטע ווייטער נישט וויסענדיג.
זיי האבן אן אונטרעסאנטע שפראך,
פארלוירן רופן זיי געווינען,
איבערדרייען א שטאט רופן זיי זיך נישט וויסענדיג געמאכט,
אן אונטרעסאנטן שפראך.
איר האט א גרויסן פראבלעם
ווייל איר האט זיך נישט אנגעהויבן נאר מיט סאטמאר
איר האט זיך אנגהויבן מיט א שיינע פאר קהלות
מיר זענען שוין אימיונט צו ענקערע שקרים, און פון אונזער זייט איז אלעס איגנארירט
וואס עטליכע הייד פארק שרייבער טוען איז אירעלעווענט, למעשה מצד די קהלה, מצד דער בלאט, און מצד סיי וועלכע אפיצעלע ארגענעזאציע הערט מען נישט קיין ווארט, מען לאכט זיך אויס און פארטיג.
די אנדערע קהלות ווייסן נאך נישט ווי אזוי מען עסט אזא רדיפת הדת על לא דבר, די פרובירן עפעס צו טון, ביי הרב בראדי זענען נישט געווען קיין סאטמארער רבנים אדער דיינים.
הג"ר משה גרין איז אריבערגעקומען צום רבין על דעת עצמו, ווייל זיינע תלמידים האבן אים אנגעפרעגט.
וזה לעומת זה קוקט וואס טוט זיך ביי ענקער לאגער, מבכור פרעה עד בכור השפחה, ווער ס'האט נאר א פעדער שרייבט און טייפט, ועם כל זה האט ארגון שיעורי תורה נישט געטראפן קיין איין רב וואס זאל זיין גרייט זיך ארויסצושטעלן אויף די פרעמדע גאס און מסביר זיין דעם איסור פון אריזאנע ווייץ
ביי זיך אין ביהמ"ד פאר די קעלבעלעך קען מען אלעס פארקויפן, אבער אויף די גאס?
אין "בלאט" וועלן זיי נישט ענטפערן ווייל דעמאלט וועלן די זאהלונים קראכן. און חמץ (אפי' נאר א חשש) וועלן זיי ווייטער עסן.
די קלוגסטע זאך וואס די אהרונים קענען טוהן. איגנארירן, און פערטיג. נאך אפאר יאר איגנארירן, און לויפער וועט שטיל ווערן.
און דער איד וואלט וווען געמעגט צושרייבן אויף די ביילאגע "ספאנסערד ביי פסח פעקלעך".
_________________
| אומזיסט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די קלוגסטע זאך וואס די אהרונים קענען טוהן. איגנארירן, און פערטיג. נאך אפאר יאר איגנארירן, און לויפער וועט שטיל ווערן.
און דער איד וואלט וווען געמעגט צושרייבן אויף די ביילאגע "ספאנסערד ביי פסח פעקלעך".
_________________
|
|
טאקע די קלוגסטע זאך וואס זיי קענען טון. אבער וואס קען מען טון אז דער שוטה וגס רוח רבי אהרן טייטלבוים פייגערט פאר זיין קראנקע אטענשאן און קומט זיך אויפשטעלן חול המועד פסח פרעגן הויך "פארוואס איז שטיל געווען היי-יאר?"
דו האסט א גרויסן טעות טייערער וואלן, דער פראבלעם איז בלויז אייערער, אין כוועל דיר מסביר זיין פארוואס, ביי אונז איז דא אפאר מענטשן וואס זענען גרייט צו טון שמוץ אבער אונזער רבי איז נישט אינוואוולד לא מיני ולא מקצתי, ביי ענק נעבעך איז דער בלאט פארנומען זיך צו רייניגן, אבער עס שטונקט פון קאפ, ענקער רבי טוט אליינס ענקער שמוץ, דאס איז א גרויס רחמנות ציצוקוקן.
פון ווען ער האט ערפונדן די אריזאנע ווייץ איז ער פארנומען טאג אין נאכט אראפצורייסן די בראדוועי בעקעריי, נישט דער בלאט, נישט היידפארק, דער רבי אליינס, עטס האטס א ביג פראבלעם מיי פרענד, איך רעד אסאך מיט ר' משה מנחם ווייס, ער האט טאקע טענות אויף אברהם לויפער, ער האט טענות אויף דער יוד, אבער אויף מיין רבין האט ער נישט קיין טענות, מיין רבי האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון, אין בכלל נישט געוועהן אינוואלווד אין די גאנצע חאזעריי, מש"כ ביי ענק, ווי ענקער רבי חאזערט אהער חאזערט אהין, אין ווערט פארחזרט פון קאפ ביז פיס, לערנטס אים אויס איינמאל פאר אלעמאל, אז עס איז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א רבי, סאיז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א דיין, אין סאיז דא זאכן וואס מען גיבט פאר קיבע וויינשטאק צו טון.
וואלן שרייבט
אז מ'האט זיך אנגעהויבן מיט א פאר קהילות
אבער עס איז אונטערסאנט, פון פאפא הערט מען נישט קיין ווארט
אפילו ר' בן ציון שטראסער'ס ווערטער, הערט מען נאר נאכזאגן דא אויף הייד פארק, עפעס געדרוקט גארנישט
אלע אנדערע קהילות וואס נוצן מכלומרשט אריזאנע ווייץ הערט מען פון זיי גארנישט
די איינציגסטע פון וועמען מ'הערט, איז פון ר' אהרן טייטלבוים'ס קהלה
ר' אהרן'ס פריינט הרב ברודי מאכט אן אסיפה בביתו
ר' אהרן באשטעלט ר' משה גרין פאר א באזוך/אדער ר' משה קומט איבער א צווייטע זאך, און ר' אהרן גוט עם טועם זיין מצות
מ'דרוקט א נייע שיחה (איך ווייס נישט צו דער אינהאלט איז אמת) פון פאיע'ער רב
קיבעלע וויינשטאק שיקט ארום ווייץ.
שמואל ווידער (אנטשולדיג ר' משה מנחם ווייס) בעט פון ר' משה שטרנבוך א חזרה
אבער מ'מאכט זיך נישט וויסעניג, נישט אזוי ווי די קאטשקעס וואס מ'האט זיך יא וויסענדיג געמאכט.
צום ביישפיל פאר א יאר פסח האט ר' אהרן זיך אויך נישט וויסענדיג געמאכט.
ר' משה מנחם האט מיר פרזענליך געזאגט אז דאס גרעסטע טעות פון די אריזאנע איוועסטערס איז געוועהן צו איוואלוון אהרן דערין, דער מוז רעדן ווי א שלויך וואסער, ער זאגט הלוואוי ווען ר' אהרן איז נישט אינוואוולד דערין, וואלט א ים מיט קאפוויי פארמיטן געווארן.
מלך, דאס ווייס איך אז ווען די רבי איז נישט אינוואלווד וואלט גארנישט געווען, נאר לאו מטעמך, נאר פשוט דעמאלטס וואלט מען געקוקט אויף הלכה יעצט קוקט מען אויפ פאליטיק
און סוג טייערע, איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט, אבער פאפא דיינים האבן פאררופן די אסיפה ביי הרב ברודי, קיין איין סאטמארע דיין איז נישט דארט געווען.
ר' משה גרין קענסטו זאגן ביז איבערמארגן באשטעלטע שמועס, איך בין דארט געווען, און איך האב געזען ווי ער האט זיך אנטשולדיגט פארן רבין אויפן וועג ארויס פארן אויפהאלטן, און געזאגט, תורה היא וללמוד אני צריך, איך האב עס געוואלט מברר זיין.
דאס האב איך געהערט מפיו, יעצט אז פאר דיין פאליטיק לוינט זיך צו זאגן "באשטעלט" זאג וואס דו ווילסט
וואלן סוג זאגט טאקע אלעס פאר פאליטיק, מש"כ דו? דיר דארף מען גלייבן אויפן ווארט, נוי אפענס טו יו, איך גלייב בכלל נישט אז ר' משה גרין איז דארט געועהן
וואלן איז אויך "פערצופאל" דארט געווען, פארשטייט זיך עס איז נישט געווען "באשטעלט"
[quote]מלך, דאס ווייס איך אז ווען די רבי איז נישט אינוואלווד וואלט גארנישט געווען, נאר לאו מטעמך, נאר פשוט דעמאלטס וואלט מען געקוקט אויף הלכה יעצט קוקט מען אויפ פאליטיק
[/quote]
דיין רבי קען זיין אינוואלווד, ער זאל נאר נישט האקן אויף יעדן איינעם, דאס אלעס, ווען ער זאל נישט אנהייבן מיט די פלאקן דרשה וואלט דא גארנישט געוועהן, ער הייבט אן מיט האקן אויף יעדן, דערנאך האט ער טענות אז מען האקט צוריק
יא ר' אהרן טייטלבוים איז אין א פייט מיט ר' אברהם לויפער, נעבעך
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/04/2011 21:47:50
דיין רבי איז נישט אינוואלווד און די "חאזעריי"?? וואס עפעס "חאזעריי"?? איך האב געמיינט מ'רעד מיר דא פון חמץ גמור מלוחים מאוד, איסור כרת,
ווען מ'האט ארויף געלייגט קייטן אויף זריל גליקס זיץ האט ער יא געטראפן פאר וויכטיג זיך צו אריינווארפן אין די חאזעריי, איך שטעל זיך פאר יענס איז זיכער נישט געווען קיין חאזעריי נאר דברים העומדים ברומו של עולם, אבער ווען מ'רעט פון חמץ ומצה, דעמאלטס איז עס "חאזעריי"
הדא הוא דכתיב:
1+1 = זאלץ מעסטל
נאך מער מלך, איך זאג פונקט פארקערט, עטס זענטס די גרעסטע שוטים מיטן אנהייבן א מערכה קעגן אזויפיל קהלות, אין גיין און וואנט אריין ממש סועסייד, מיט דעם האט עטס נאר געגעבן א גרינגע געווינס פאר ר' אהרן ווייל ער האט די שיץ פון אזויפיל אויסגערופענע רבנים וקהילות און ער באקומט נאך די קרעדיט דערפאר,
ווען עטס האטס ווען א טראפעלע שכל, און עטס זענטס נישט אזוי פארשיכור'ט פאר ענקער תאוה צו שטויסן אהרן טייטלבוים, וואלט עטס געקענט אינגאנצן אויסקרויזן ר' אהרן, און מסכים זיין צו די אריזונה ווייץ מיטן זיך אנשליסן מיט הרב כייעם ושיתפיו וואס זענען לגמרי נישט קיין אהרונים, און לאזן ר' אהרן הענגן,
נאר אז מ'האט נישט קיין שכל און מ'לאט זיך פירן פין א דאראגער, קומט מען אן דארט ווי דער מערכה קעגן ר' מעכיל לעביוויטש שליט"א איז אנגעקומען,
גערעכט ביסטו, יא מיר וואלטן ווען געקענט זיך צושטעלן צו הרב כייעם אין לאזן אהרענען הענגען, מיר האבן עס נישט געטון פאר די איינציגע סיבה, ווייל ווי שטארק מיר ווילן צופיקסן דעם אהרענען קענען מיר נישט גיין אקעגן דעם דעת תורה, וויבאלד אונזערע דיינים, איאיינעם מיט אונזערע מבינים אויף ווייץ האבן געזאגט אז די אריזאנע ווייץ וועט זיין פראבלאמאטיש, האבן מיר נישט געקענט טון גארנישט, אין דאס איז טאקע די איינציגע סיבה פארוואס ר' אהרן האט עס געכאפט, ווייל ער האט געוואלט ווייזן פאר די גאנצע וועלט כלשונו אז ער איז ב"ב, אין ער קען טון קעגן אלע לאנג יעריגע אין דעם פעלד,
יעצט, מיר פירן נישט די מערכה, שארמאשער רב וואס פסקענט אז עס איז א חשש חמץ גמור איז בעצם א
שטארקער מחמיר אויף מצות, צו ווייסטו אז ער אין נאך אסאך אנדערע האלטן אז ספעלט מצה איז א חשש חמוץ גמור? ער איז עס נישט מתיר אפילו פאר איינער וואס איז ארלערגיש צו ווייץ, אין ער אליינס איז אלערגיש צו ווייץ אין ער עסט פסח מצה פון ווייץ אין ער האט נאכווייען דערפון פאר וואכן לאנג, יאר איין יאר אויס.
דאס אז שארמאשער רב האט געזאגט אזעלעכע שארפע דיבורים איז בכלל נישט קיין חידוש פאר מיר, למעשה באקט מען אין בראדוועי מצה בעקעריי ספעלט צו פארקויפן פאר ווער עס איז ארלערגיש, וויבאלד עס איז דא גענוג מתירים ויש על מה לסמוך בשעת הדחק.
ווען ר' אהרן זאל ווען נישט אנדרייען קעגן די מצה וואס כלל ישראל האט געגעסן פאר פיפציג יאר, וואלט דער פסק פון שארמאשער רב געוועהן אזוי זיין פסק אויף ספעלט, וויבאלד דער ר' אהרן מוז רעדן ווי א שלויך וואסער, אים איז נישט גענוג אז ער האט די שענסטע אין די בעסטע אין גרעסטע, ער ברויך נאך רעדן אויף יענעם, פארדעם קען קומען אזא איינער ווי לויפער אין אנדרייען א שטאט, אין איך זאג דיר נאכאמאל, ר' אהרן אנטקעגן ר' אברהם לויפער, א געשמאק צו הערען.
הייסט דאס גאנצע איז בלויז אברהם לויפער?
נו וואס זאגסטו נישט?
אויב אזוי ווי ביסטו דער מחותן דא?
וואו קומט אין דער איד אריין גאנצעטער באלייגעס? איז טאקע אברהם לויפער דער רעדאקטער פון דער איד?
וואס האט זיך די גאנצע זאלי מאשין זיך אריינצימישן איבער אזאך פון איין נארישער אברהם לויפער,
נאר וואס דען, די גאנצע זאלי קאמפאני איז ווי א קאך מיט 15 קעכערס, יעדע שטיק צייט ווער ס'שרייט העכער אהרן טייטלבוים פוי דער ווערט דער געקרוינט אלס נייער ווארט זאגער, און די גאנצע כעלמער קהלה קינד און קייט, מבכור פרעה עד השפחה, לאזט זיך פירן ווי שעפסן אין באד אריין פון א לא לנו ווי דער דאראגער, פארוואס ווייל ער שרייט יעצט אהרן ט"ב פוי, און מ'ווערט עקסיידעט פאר די נייעם עגל הזהב! אזוי קוקט עטס נעבעך אויס,
ענק האבן זיך אריינגלייגט און א קראנקן בעט, און די אהרונים מאכן יעצט א לעבן דערמיט, אלעס נאר א דאנק ענקער שיף אן א רידער קאמפאני, ווער ס'שרייט אהרן ט"ב פוי דער ווערט דער נייער דעה זאגער,
תוקן על ידי קמץ_בארד ב- 07/04/2011 23:02:27
קמץ-בארד איך בין אן לשון יעצט. דו האסט מיר און אלע פון אונז גוט צולייגט.
פארגעס נישט זיכער צו מאכן אז דו עסט זיך אן דעם קומענדיגן פסח מיט אסאך חשש-חמצ'דיגע מצות, להוציא מלבן פון די קראנקע זאלוינים.
א כשר'ן פסח. און א גוטן מועד.
איך ווייס נישט צו איך וועל קענען צופיל עסן, וויפיל זאלץ קען דען א מענטש פארטראגן,
| קמץ_בארד כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | הייסט דאס גאנצע איז בלויז אברהם לויפער?
מיט נאך עטליכע תלמידי חכמים ביניהם הגאון הצדיק אב"ד שארמאש
נו וואס זאגסטו נישט?
אויב אזוי ווי ביסטו דער מחותן דא?
וויאזוי איך בין א מחותן האסטו געפרעגט? יא, איך בין א מחותן מיט אברהם לויפערס שוואגערס קאזינס פערטערס ברודער, איז גוט?
וואו קומט אין דער איד אריין גאנצעטער באלייגעס? איז טאקע אברהם לויפער דער רעדאקטער פון דער איד?
אברהם לויפער איז נישט דער רעדאקטער פון דער יוד, נאר אזוי ווי זיי גליכן נישט דער רבין פון די ארונים, אין די רבי פון די ארונים האט פאראיאר געהאלטן א דרשה אז זיי עסן שאלהדיגע מצות, האבן זיי געקענט באשטיין אריינצולייגן אינדערמיט פון זייער צייטונג זיינס א קונטרתל
וואס האט זיך די גאנצע זאלי מאשין זיך אריינצימישן איבער אזאך פון איין נארישער אברהם לויפער,
איך ווייס נישט פון קיין זאלי מאשין צו זאגן, מאנכע זאליס האבן הנאה פון די גאנצע זאך, פאר די זעלבער סיבה וואס איך האב שוין געשריבן בנוגע דער יוד.
נאר וואס דען, די גאנצע זאלי קאמפאני איז ווי א קאך מיט 15 קעכערס, יעדע שטיק צייט ווער ס'שרייט העכער אהרן טייטלבוים פוי דער ווערט דער געקרוינט אלס נייער ווארט זאגער, און די גאנצע כעלמער קהלה קינד און קייט, מבכור פרעה עד השפחה, לאזט זיך פירן ווי שעפסן אין באד אריין פון א לא לנו ווי דער דאראגער, פארוואס ווייל ער שרייט יעצט אהרן ט"ב פוי, און מ'ווערט עקסיידעט פאר די נייעם עגל הזהב! אזוי קוקט עטס נעבעך אויס,
איך מיין אז איך האב שוין אלעס קלאר געמאכט, א שאד איבערצוקייען יעדע זאך צען מאל
ענק האבן זיך אריינגלייגט און א קראנקן בעט, און די אהרונים מאכן יעצט א לעבן דערמיט, אלעס נאר א דאנק ענקער שיף אן א רידער קאמפאני, ווער ס'שרייט אהרן ט"ב פוי דער ווערט דער נייער דעה זאגער,
ווער עס ליגט אין א קראנקע בעט, אין ווער עס מאכט לעבן דערמיט ווייס איך זייער גוט, איטס אויקעי, דארפסט זיך נישט אנשטרענגן מסביר צו זיין.
|
|
_________________
גראדע האלט איך אז מען טוט אפילו א טובה פאר דעם אטענשאן הונגעריגן רא"ט, אז מען רעדט פון די אריזאנע ווייץ, פאר א יאר ווען ס'איז געווען שטיל, איז ער געווען אויס מענטש, און חול המועד האט ער געפלאצט, מיט זיין נארישע דרשה, קעגן אנדערע ווייצן, הגם ס'איז נישט א מערכה פון אונזער קהלה, און אונזערע מענטשן זענען סייווי נזהר נישט צו עסן חלילה קיין אריזאנע מצות, איז גאנץ אינטרעסאנט צוצוקוקן וויאזוי דאראגער רב, פארהערט זיך מיט'ן רא"ט.
קונטרס "ניכרין דברי אמת" ע"י וועד לחיזוק הידורי מצה ב"פ - אידישhttp://www.mysatmar.com/docs/nikurin-divrei-emes.pdf | וואלןסח כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
די אנדערע קהלות ווייסן נאך נישט ווי אזוי מען עסט אזא רדיפת הדת על לא דבר, די פרובירן עפעס צו טון, ביי הרב בראדי זענען נישט געווען קיין סאטמארער רבנים אדער דיינים. |
|
אין אנדערע נייעס ווערט יעצט באקאנט אז ר' געציל בערקאוויטש, דער לאנג יעריגער דיין פון קהל יטב לב (מהר"א) אין קרית יואל, האט אפגעטרעטן פון זיין פאזיציע. ער איז געווארן דיין ערגעץ וואו אין פאפא בארא פארק...
ווי אין א דאמינא אפעקט, האט דער באמבע פון די אהרונים, רב וואזנער פון מאנסי אפגעטרעטן פון זיין אמט. בעפאר די אהרונים האבן זיך נאך געקענט צו זיך קומען, איז געקומען דער גרעסטער שאק, ווען אלי' סימאן האט פשוט און פראסט איבערגעלאזט די סאטמארע ישיבה...
צו געדענקען: דער ניגון אז קיין איין סאטמארער דיין איז נישט דארט געווען, האט נישט וואלן אליינס מחדש געווען, ער האט דאס מקבל געווען פון די קארפן קעפ פון היידפארק.
_________________
לויט ווי איך הער ארבעטן די אהרונים ביטערליך שווער ארויסצורוקן חתימות פון רבנים קעגן ר' אברהם לויפער און פרא אריזאנע ווייץ, אבער דערווייל אן ערפאלג. מ'האט שוין געזעצט אסיפות מיט פרעמדע רבנים, מיט די באטייליגונגס פון די נארוואס געווארענע אויס-סאטמארע איינגעשטעלטע; געזיצן ביים צעהלימער רב אפאר מאל די וואך; און נאך פולע פרואוון, אבער דערווייל וויל נאך קיין איין רב נישט אונטערשרייבן דאס וויל די אהרונים ווילן הערן. אפילו רבי משה גרין וואס מ'האט שוין אנגעדרייט אראפצופארן צום דזשיגאן עם הארץ פארזוכן פון קיבע וויינשטאק'ס ווייצלעך, און מ'האט ר' משה איינגערעדט אז מיטן גיין צום דזשיגאן וועט ער דערלאנגן א רוק פאר זיין שונא רבי יחזקאל גאלד, אבער אויסער אפאר בילדער אויף בחדרי חרדים און סטעיטמענטס בעל פה האבן די אהרונים פון דעם גארנישט פארדינט.
.דער נייער קונטרס "ניכרין דברי אמת", איז אויך געדרוקט געווארן אומדירעקט, זיך האלטענדיג צו די פאליסי אז מ'מאכט זיך נישט צוטאן פונעם צודרייטן לויפער.
| מלך_מלכים כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דו האסט א גרויסן טעות טייערער וואלן, דער פראבלעם איז בלויז אייערער, אין כוועל דיר מסביר זיין פארוואס, ביי אונז איז דא אפאר מענטשן וואס זענען גרייט צו טון שמוץ אבער אונזער רבי איז נישט אינוואוולד לא מיני ולא מקצתי, ביי ענק נעבעך איז דער בלאט פארנומען זיך צו רייניגן, אבער עס שטונקט פון קאפ, ענקער רבי טוט אליינס ענקער שמוץ, דאס איז א גרויס רחמנות ציצוקוקן.
פון ווען ער האט ערפונדן די אריזאנע ווייץ איז ער פארנומען טאג אין נאכט אראפצורייסן די בראדוועי בעקעריי, נישט דער בלאט, נישט היידפארק, דער רבי אליינס, עטס האטס א ביג פראבלעם מיי פרענד, איך רעד אסאך מיט ר' משה מנחם ווייס, ער האט טאקע טענות אויף אברהם לויפער, ער האט טענות אויף דער יוד, אבער אויף מיין רבין האט ער נישט קיין טענות, מיין רבי האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון, אין בכלל נישט געוועהן אינוואלווד אין די גאנצע חאזעריי, מש"כ ביי ענק, ווי ענקער רבי חאזערט אהער חאזערט אהין, אין ווערט פארחזרט פון קאפ ביז פיס, לערנטס אים אויס איינמאל פאר אלעמאל, אז עס איז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א רבי, סאיז דא זאכן וואס באלאנגען פאר א דיין, אין סאיז דא זאכן וואס מען גיבט פאר קיבע וויינשטאק צו טון. |
|
גאבץ פשוט, ווייל דיין רבי ווייסט נישט בחייכון ווי אזוי מ'קוקט אן א ווייצל, חוץ פון א גוטע מצה בריי, ווייזט ער גארנישט צו זאגן פון די מצות, פארמאכט ער זיין פיסק.
_________________
| סוג כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | וואלן שרייבט
אז מ'האט זיך אנגעהויבן מיט א פאר קהילות
אבער עס איז אונטערסאנט, פון פאפא הערט מען נישט קיין ווארט די וואך שבת האט טאקע דער פאפאנע דיין געהאלטן א פייערדיגע דרשה לטובת די מהודריגע אריזאנע ווייץ
אפילו ר' בן ציון שטראסער'ס ווערטער, הערט מען נאר נאכזאגן דא אויף הייד פארק, עפעס געדרוקט גארנישט קוק אריין אינעם קונטרס ניכרין דברי האמת
אלע אנדערע קהילות וואס נוצן מכלומרשט אריזאנע ווייץ הערט מען פון זיי גארנישט דאס באדערט דיר? אז קיינער שפייט ניטאמאל אויף דיין זייט?
די איינציגסטע פון וועמען מ'הערט, איז פון ר' אהרן טייטלבוים'ס קהלה וואו?
ר' אהרן'ס פריינט הרב ברודי מאכט אן אסיפה בביתו אז אפאר רבנים קומען זיך צוזאם האסטו שוין אויך א פראבלעם? וואס איז? די רבנים זענען דאסמאל אויף די זייט פון די ארונים און ענק ווייסן נישט ווי אזוי דאס צו עסן???
ר' אהרן באשטעלט ר' משה גרין פאר א באזוך/אדער ר' משה קומט איבער א צווייטע זאך, און ר' אהרן גוט עם טועם זיין מצות און פיר אויס, רבי משה גרין איז זייער נתפאל געווארן פון די הידורים
מ'דרוקט א נייע שיחה (איך ווייס נישט צו דער אינהאלט איז אמת) פון פאיע'ער רב דער פייער צדיק איז היינט אריין צו ר' פישעלע בנוגע די ווייץ. פרעגט אים ר' פישעלע: ביי די עירוב וואס איך האב גוט אדורך געטוהן שרייסטו מחלליה מות ימות, אבער דא פלוצלינג בין איך געווארן א גאנצע מאן דאמר? אוי האט דאס געשטאכן
קיבעלע וויינשטאק שיקט ארום ווייץ. וואס איז? האסט מורא אז מ'גייט געוואר ווערן דאס אמת?
שמואל ווידער (אנטשולדיג ר' משה מנחם ווייס) בעט פון ר' משה שטרנבוך א חזרה איך האב נישט געוואוסט אז זיי ביידע האבן די זעלבע שטומע..
אבער מ'מאכט זיך נישט וויסעניג, נישט אזוי ווי די קאטשקעס וואס מ'האט זיך יא וויסענדיג געמאכט.
צום ביישפיל פאר א יאר פסח האט ר' אהרן זיך אויך נישט וויסענדיג געמאכט.
|
|
_________________
עס איז ממש א נחת צו קוקן וואס עס גייט פאר אין די לעצטע פאר וואכן מיט די אהרונים אין שפיץ פון זייער דזשיגאן עם הארץ וואס האט זיי נעבעך שוין ווייטער אריינגעפירט אין א פלאנטער, זיי זענען פארנומען יומם ולילה זיך צו פארענפערן וואספארא ווייצלעך זיי ניצן פאר זייערע מצות, צו זיי זענען יא מכשיל זייער עולם צו נישט, דער רב זאגט יא אזוי און דער רב זאגט נישט אזוי, דער דיין האט יא צוריק געצויגן און דער נישט, דער רב האט עס געקאסט, א צווייטער רב איז פארזענליך אריבער געקומען צום רבין קאסטן ווייץ. בקיצור דער דזשיגאן עם הארץ האט טייער באצאלט פאר זיינע דברי דופי און הוצאת לעז פארגאנגענעם יאר חוה"מ פסח ביי זיין הוצאת לעז דרשה אויף צענדליגער טויזנטער אידן פון פילע שיכטן און קרייזן ובתוכם מרנן ורבנן גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהלות והגאוה"צ שרי התורה דיינים פון איבער ניו יארק וועלעכע זענען שוין מקפיד יארן לאנג צו קויפן מצות אינעם מהודר'דיגסטע מצה בעקעריי דער וועלט באקאנטע "סאטמארע מצה בעקעריי" אשר יסודתו בהררי קודש דורך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט אליינס אוועקגעשטעלט אלע חומרות והידורים אויפן אויסגעהאלטענסטע פארנעם און עד היום הזה ווערט עס איינגעהאלטן אונטער די שטרענגע השגחה פון די דייני הקהלה ובראשם הראב"ד שליט"א דער שליח הנאמן פון רביה"ק זי"ע אלס דיין הקהלה אין שטאט, דער נידריגער פערשוין דער דזשיגאן עם הארץ באצאלט יעצט א טייערע פרייז פאר זיינע הוצאת לעז און פארן אפלאכען פונעם דרך המסורה וואס זיין הייליגן פעטער מרן רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט און האט מדקדק געווען אזוי זיך צו פירן, דער נידריגער פערשוין דער דזשיגאן עם הארץ באצאלט יעצט א טייערע פרייז פאר זיינע הוצאת לעז און פארן אפלאכען פונעם דרך המסורה וואס זיין הייליגן טאטע מרן רבינו הגה"ק זי"ע - א קארגע וואך פארן הילולא קדישא - האט מדקדק געווען אזוי זיך ווייטער צו פירן, אצינד איז די צייט ווען זיינע דברי דופי טראגען א פרייז, און פאר יעדער ווארט הוצאת לעז ודברי דופי און אפלאכן פוונעם דרך המסרה פון רבותינו הק' נבג"מ ווערט ער טייער באצאלט. זאל אים דאס דינען פאר א לעקציע אז עס איז נישט קיין הפקר וועלט וכל מעשיך בספר נכתבים!
די איגנאראציע גייט אן אין פולן קראפט
אזוי אומוועלנדיג האט זיך ארויסגעגליטשט א בריוו
עס באדערט קיינעם נישט, עס פארט בריוון איינס נאכן צווייטן אזוי אומוועלנדיג
ווי עס שיינט וועט דער דזשיגאן עם הארץ אויך 'איגנארירן' דעם אריזאנא חמץ נושא ביי זיין חול המועד דרשה...