איך וואלט ענדערש געזאגט אז די הויפט נייעס וויאזוי ר' משה גרין קייעט די אריזאנע געזאלצענע ווייצלעך, האט ענדערשט צו טאן מיט שושן פורים שפיל אין ראדני, מיטן אפלאכן פונעם חאבאדצקער... און די ליבאוויטשער הנהלה פון בחדרי חרדים ווילן שטופן דעם אהרונישן וואגן, פון זייער בעסט פרענד רא"ט, וואס איז א מעמבער אין בית חב"ד פאלם ספרינגס.
אויב האט איר באמערקט איז די לעצטע צייט געווארן דער סייט מורא'דיג אהרוניש געשטימט, זיי פירן א קאמף מיט אתרא קדישא, ועוד ועוד.
ובכלל גליטשט דער סייט זייער שטארק, אפצולאכן פון ערליכקייט און פרומקייט, וואס אמאל האבן זיי דאס נישט צוגעלאזט, הערשט די וואך האבן זיי געהאט אן ארטיקל מיט גרויליגע ליצנות פון משה רבינו, מיט ליצנות פון כביכול אליין... וואס שיקט אינסטענט מעסעדזש פאר משה רבינו רחמנא ליצלן, אויף פעיסבוק, עס איז א עקל אין גרויל פאר א סייט וואס רופט זיך חרדי'ש אזוינסט צו ברענגען.
ליובאוויטש, זענען ציוניסטן, און משיחיסטן, און פול מיט קרומע דעות והשקפות, מען דארף פון זיי אוועקשטיין, און נישט האבן קיין שייכות.
אפילו רא"ט איז געווארן זייער בעסט פרענד, און זיצט אין זייערע בית חבד'ס, און האט שוין אפילו באקומען סנדקאות פון ליבאוויטשע משיחיסטן, דארפן מיר פון זיי אוועקשטיין.
ליובאוויטש איז זייער א גרויסע און פארשפרייטע חסידות בכמות, און עס קען זיין אז מען קען בענעפיטירן פון זיין גוט מיט זיי, אבער מען דארף געדענקען אז אין די היינטיגע צייטן ווען רוב חסיד'ישע וועלט טאנצט נאך דעם עגל הציוני, און מען ווערט נאכגעשלעפט פון די אלע אוכלי שלחן איזבל, זאל כאטש דאס קליין הייפעלע ערליכע אידן זיך האלטן באיכות דאס ריינסטע וואס ס'איז שייך.