נעכטן איז פארגעקומען א שטורעמישע זיצונג אין בי"ד העדה החרדית, מיט די באטייליגונג פון אלע חברי הבי"ד און פילע דיינעם און מוצי"ם פון די עדה, וואו מען האט דן געווען איבער כהנים אין מירון.
הרב שמידל פון אתרא קדישא איז דארט געווען, און ער האט געקלאפן אויפן טיש אז אלע וועגן זענען מלא מערות און קברים, און מקען בשו"א נישט מתיר זיין קיין שום וועג.
אגב, די וועגן וועלכע זענען טאקע פראבלאמאטיש האט מען במשך'ן יאר געוואלט מתקן זיין (מיט כיפים) מזאל קענען גיין פון אלע וועגן, אבער אתרא קדישא האט לוחם געווען דעקרקעגן מיט א גרויסן טעראר-מאכט, און נישט געלאזט טוהן גארנישט, צוליב זייער נגיעה אז עס זאל בלייבן א איסור פאר כהנים ארויפצוגיין.
למעשה ביים ישיבת בי"ד האט בי"ד געהערט אלע צדדים, און ווי פארוואונדערט איז הרב שמידל געווארן, ווען צום ערשטן מאל האבן די רבנים זיך "געוואגט" צו האבן א אייגענע מיינונג אין קברים, א זאך וואס גיהערט אויסשליסליך צו אים, און אויף יעדע פאקט וואס ער האט אראפגעלייגט, האבן די רבנים גענומען די "חוצפה" און געפרעגט: "פון וואו ווייסט איר דאס אזוי זיכער"?
נאכן איבערגיין אלע טרוקענע פאקטן, אויסשליסנדיג אלע דמיונות און אלע טעראר מעסעדשעס, האט דער בי"ד היינט ארויסגעגעבן א פסק, אז דרך בורמא איז מותר!
(דער גאב"ד וואס איז זייער נאנט מיט הרב שמידל, האט נישט געקענט טשעפענען מיט אים אזוי פערזענליך, דעריבער האט ער צוגעשריבן אז ער איז נישט בקי וגו', אבער ער זאגט אויך אז כהנים זאלן ארויפגיין פון דארט)