נאך א לענגערע תורה'דיג שמועס האט דער ראש ישיבה שליט"א ערווענט דער אורזאך פון זיין באזוך: נעמליך ער איז געקומען פערזענליך הערם חוות דעת קדשו פון רבי'ן שליט"א בנוגע דאס ענין פון די אריזאנא ווייץ.
דאן האבן די צוויי ת"ח פאר א לענגערע צייט דן געווען אינעם נושא מהחל ועד כלה, אנגעהויבן פון אינעווייניג אין שו"ע ביז די טריקענע מציאות - אזש ביז'ן טועם זיין פון די ווייץ צו זעהן צו יש דברים בגוי בכלל צו נישט.
נאכ'ן טועם זיין פון די ווייץ און דן זיין אין די גאנצע ענין בהלכה און אינעם מציאות, און זיך איבערצייגן אז די גאנצע שערורי' איז הבל וריק - נאר פונקט פארקערט! דאס איז גאהר די מהודר'דיגסטע ווייץ וואס איז נאר פארהאן! - האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם רבי'ן שליט"א איין זאך: נישט נאכלאזן נאר ווייטער אויפטאהן פאר אידישקייט!
תוקן על ידי גענוי_אזוי ב- 06/04/2011 16:33:06