היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך א גלח האט געטראפן א שייגעצל, פאר די בלוטיגע מצות

נאך א גלח האט געטראפן א שייגעצל, פאר די בלוטיגע מצות

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2886838

גוטזאגער » 4/4/2011 20:33

שוידערליכע נייעס אין אידישע וועלט

נאך א גלח האט היינט געמאלדן אז ער האט געטראפן א דערמארדעט קריסטליך שייגעצל אונטערגעוארפן אונטער'ן שול-הויף. דאס שייגעצל איז זיכער דערמארדעט געווארן דורך די אידישע ראבינאטן און פירער, פאר זייערע מצות אויף פסח.

די לעצטע פאר וואכן קומט צו  יעדע וואך א פרישער גלח וועלכער האט אליינס געזען דעם דערמארדעטן שייגעצל דורכן שפאלט פונעם שליסל לאך !

די אידישע באפעלקערונג איז שטארק דערשראקן פון די צעהיטע פויערים, וועלכע קענען רח"ל איצט נעמען ראיאטירן דעם גאנצן אידישן קווארטל. עס הערט גרויס שרעק אומעטום.

פרטים יבואו

_________________

יקרבו » 4/4/2011 20:53

איך האב מיך אייביג געווינדערט ווי אזוי מען האט געקענט איין רעדן מיליאנען גוים אז די יודען ניצן קריסטילך בלוט צי די מצות
נאר זענדיג די שקרים ביי די זאליס פארשטי איך עס קלאר זיי קען מען אלעס איינרעדן אין זיי גלייבן עס מקטן ועד גדול די שנאה איז אזוי גרויס אין זיי ווייסן אז סאיז שקר נאר די שנאה טרייבט זיי צי גלייבן פונקט ווי די גלחים האבן געהעצט די פויערן אזוי העצן זייערע גלחים די זאליס

לאגיש » 5/4/2011 01:43

לול++++ יקרבו