נאך שווערע השתדלות פון די ועד להצלת בתי עלמין באיירופה (באקאנט דאהי אלס "אדמת קודש"), האט די רעגירונג מסכים געווען זאפארט צוריקצוגעבן אלע עצמות, צו באערדיגן אינעם ארטיגן אידישן ביה"ח בכבוד הראוי, למנוחת עולם, עד תחיית המתים בקרוב.
ביז עס איז אנטשטאנען א צדיק, איינער מיטן נאמען אליהו קויפמאן, געווען א משומד ה"י, היינט א בעל תשובה, אבער א ערנסט פארדרייטער מענטש, א באקנטער שרייבער אין פארשידענע ציוניסטישע צייטונגען, וואס די וועלכע ליינען זיינע ארטיקלען ווייסן צו זאגן פון אים אלס א פארדרייטער קאנספירירער און מויל מאכער.
ער האט באשלאסן צו שטערן די פעולות פונעם ועד, און ער האט אנגעהויבן א מערכה אויף צוויי פראנטן: ער האט געשתדלט ביי די רעגירונג, אז זיי זאלן דאס נישט געבן פארן ועד, נאר פאר אים, ווייל די ועד זענען נישט די ריכטיגע אידן, נאר ער איז דער אמתער פארטרעטער פון כלל ישראל, און פון די צווייטע זייט האט ער געעפנט א אנטיסמיטישע העצע קאמפיין אין די גויאישע ראמענישע צייטונגען אקעגן דעם ועד, און אקעגן הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א פערזענליך.
ווי פארשטענדליך, האט דער קויפמאן געפינען א שותף לדבר מצוה, ווען הערנדיג אז איינער ארבעט צו צעברעכן דעם ועד להצלת בתי עלמין, האט אתרא קדישא זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט אלע פיר, און זייער גאנצע קאמפאני אינאיינעם מיט זייער מנהיג הגה"צ המפורסם הקדוש ר' שמידל, דער איינציגער אויטאריטעט וועם הקב"ה האט אויף דעם עולם לעניני קברים, אלע אינאיינעם האבן געארבעט צו צושטערן די השתדלות פונעם ועד, מיט ליגנערישע ארטיקלען און בריוון קעגן די ועד, שרייבנדיג ארטיקלען אז זיי זענען מחלל קברים און אז זיי האבן צוגעשטיצט דאס אויסצוגראבן די קברים, אא"וו (פארשטייט זיך יעדע זאך האט געהאט א "קראנטע מקור", נעמליך, די עדותשאפט פון הרב שמידל).
עס איז צו קורץ די צייט אויסצורעכענען וואסערע פיסלעך זיי האבן אלס אונטערגעלייגט פון אלע זייטן, לעגאלע און אונטערערדישע, פשוטע און געמיינע. (אפשר וועט מען נאך קענען מאריך זיין אין א שפעטערע געלעגנהייט).
למעשה האט די ועד אריינגעלייגט גרויסע כוחות נישט צוצולאזן די מחריבים, וועלכע האבן איין איינציגע ציהל, צו זיין די איינציגסטע אויטאריטעטן אויף קברים, און קענען צוריק מחדש זיין זייערע געלט קאנטראקטן, און אז יעדער וואס האט א אישו איבער קברים זאל נאר וויסן פון זייער אדרעס, אזוי אז זיי זאלן קענען גיבן גוטע פרייזן... (גארנישט קיין ליצנות).
און, הודו לה', היינט איז ענדליך נאך שווערע באמיאונגען און לאנגע פארשפעטיקונגען, פארגעקומען די מעמד הלוי', וואו עס זענען געווען אנוועזנד די חברה קדישא פון סאטמאר אין לאנדאן, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די קבורה, און אזוי אויך איז ספעציעל געקומען צו פארן הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, מרבני אדמת קודש, וועלכער האט אויך געזאגט א ווארימער הספד.
כלל ישראל דאנקט השי"ת אז די מחריבים ומהרסים האבן געליטן א מפלת המן, און מען איז מתפלל אויף ווייטער אז די ערליכע עסקנים זאלן ווייטער מצליח זיין, און די קליפה פון אתרא קדישא זאל שוין גענצליך בטל ווערן במהרה בביאת המשיח.
