אין א פרישן שריט פון דעם רחמנות'דיג קינד וואס לעכצט נעבעך נאך יעדעס טראפ אויפמערקזאמקייט און אטענטשאן, האט זיך דער דזשיגאן עם הארץ די וואך שבת ווידעראמאל געטראפן זיכן אויפמערקזאמקייט דורכן אנטון א טערקישן טלית.
נישט עס זאל איינער מיינען אז א טערקישער טלית איז נישט כשר אדער אויסגעהאלטן, עס איז בלויז אינטערסאנט צו זען און הערן וואס די אהרונים גייען זאגן אויף דאס קינד וואס זיכט יעדן טאג חידושים און מיט דעם טרעפט ער סיפוק, צי זאל דאס זיין אריזאנא ווייץ, צי מאסקאווי בית יוסף פלייש וכדומה. אין איין ווארט דאס קינד שרייט אויס אויף טריט און שריט "איך דארף אטענטשאן, ביטע מיר דאס געבן נייטיג".
יעצט אהרונימלעך זענט איר אלע וועלקאם צו קומען שרייען און מסביר זיין ווי דזשעלעס די זאליס זענען אז ר' אהרן איז נישט זייער רבי, ווייל ער איז דאך דער וועלטס אינוועיטאר, דער בעל מחדש נפלא וממציא המצאות...
אויב וויל אהרן מיט דעים ווייזן זיין נעקסטע אויפטוה זאל ער זיך בעסער זיכן עפעס אנדערש ווייל א טערקישע טלית איז אן אלטע המצאה....
עס איז נישט גענוג גיט צו היילן זיין עספעזשי סינדראם, חיים שלמה פישער מען האט ערווארט פון דיר א בעסערע זשאב...
איך וועל נישט זיין סורפרייזט אויב [לייען: ווען] דזשיגאן וועט זיך אנטון א רויטע פעדער אויף זיין הוט.
| ספרינטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך וועל נישט זיין סורפרייזט אויב [לייען: ווען] דזשיגאן וועט זיך אנטון א רויטע פעדער אויף זיין הוט. |
|
מיין פריינד, דו האסט נאך גאנץ קליינע השגות. דער דזשיגאן איז אומשטאנד נעבעך אויף סאך ערגער'ס פאר אביסל אויפמערקזאמקייט. די שאלה איז נאר ווי לאנג עס וועט נעמען פאר זיינע קיען צו כאפן וואספארא נישט געזונטער פארשוין זיצט ביי זיי אויפן רבי שטוהל. אויב וועלן זיי טאקע נישט כאפן, מוזן מיר ווייטער צוקומען צו די מסקנא אז די סטאדע דארט זענען בלויזע חלה דעקלעך.
| געכאפטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אויב וויל אהרן מיט דעים ווייזן זיין נעקסטע אויפטוה זאל ער זיך בעסער זיכן עפעס אנדערש ווייל א טערקישע טלית איז אן אלטע המצאה....
עס איז נישט גענוג גיט צו היילן זיין עספעזשי סינדראם, חיים שלמה פישער מען האט ערווארט פון דיר א בעסערע זשאב... |
|
חיים שלמה פריידט זיך ווען ער דארף זיך נאר ספראווען מיט זיין פאציענט אויף מינדערוויכטיגע זאכן, א שטייגער ווי א טערקישער טלית וואס איז נישט אזוי שטארק פאני. אך און וויי איז אים ווען דעם דזשיגאן עם הארץ כאפט אן עפעס גרויס און באמבאסטיש, און ער שטויסט און קאפעט אז ער וויל דאס דורכפירן, דעמאלס קומט פישער אריין אין בילד און דארף דאס קינד בארוהיגן.
מאי שנא ספר תורה וואס איז געווען מיט א גאנצע פאמפע דראמפע. מטערקישע טלית וואס קיין איין ארוני רעדט נישט דערפון? נאר הא לן והא להו...
פארשטייסט טאקע נישט די נ"מ פון א הייליגע ירושה און א נייע טערקישע טלית?
ניין! איעך פארשטיי נישט דעם חילוק צווישן איינער ואס קויפט אפ א ספר תורה(זייער א חשובע זאך טאקע) מיט א גאנצע טראסק. און איינער וואס טוט זיך שטילערהייט אן א טערקישע טלית. און ד"א וואספארא אטענשן באקומט מען מיטן אנטון א טערקישע טלית?
אז די אהרונים וועלן נישט געבן קיין אטענטשאן פארן דזשיגאן פארן זיין וואונדערבארן שריט פון זיך אנטון א טערקישן טלית, איז דאס זיין פראבלעם. נעמליך דער פרישער אויפמערקזאמקייט פרואוו איז דורכגעפאלן.
און נניח אז אפקויפן א חפץ ירושה, און זיך אנטון מיט א אנדערע לבוש ווי מ'איז געגאנגען אלע יארן, הוא ואבותיו, איז היינו הך. וויל איך דיר פרעגן, דאס האט דער רבי ז"ל יא געוואלט? ווייל ביים צאנזער ס"ת האבן די אהרונים זייער גוט געוואוסט צו זאגן אז דאס האט דער רבי ז"ל נישט געוואלט.
פרעפערעשאן צום חול המועד דרשה, לויט ווי אנאניעמע קוועלער געבן איבער קומט א גוטס, א שטיייגער לולי דמיסתפינא זענען אלע אנדערע טליתים חמץ גמור, ווייל ס'רעגענט ווען מען מאכט שחיטה מונחת אויף די שאף פון די אמעריקאנע וואל
פרטים יבואו
_________________
דזשיגאן
ביסט א גרויסער עם הארץ
הוא ואבותיו זענען נישט געגאנגען מיט א טערקישן טלית?
איך בין נישט באקאנט פונקטליך מיט די היסטאריע פארוואס מען האט עס אויפגעהערט צו נוצן
אבער ס'איז א דבר ידוע אז ווען רבינו שליט"א איז געווארן א חתן אין וויזניץ האט זיך דער רבי דער ברך משה אויסגענומען אז מען מוז קויפן א טערקישן טלית (מען האט זיך געדארפט אויסנעמען ווייל אין וויזניץ גייט מען נישט)
לפי ידיעתי איז מען אין סיגעט געגאנגען מיט א טערקישן טלית
פארוואס מען האט אויפגעהערט צו גיין דערמיט ווייס איך נישט, דער ברך משה אליין האט אויפגעהערט צו גיין דערמיט, ווי געזאגט איך בין נישט באקאנט מיט די היסטאריע, און אדרבה לאמיר הערן ווער עס ווייסט דא די היסטאריע דערפון
באקומען אין אישי
The Rebbe zy"u (or how you call him - the Divrei Yoel) was also wearing a Terkishe tallis. When the last Ruv of Tunisia (Terkishe talaisim are not terkish, it's Tunisia) moved away from there and it didn't have anymore a hechsher, then he stopped. Now that they found shatnez in the terkishe talaisim you see the heilige rebbe was right. since the shatnez story, the Belz-Machnifke are making terkishe talaisim with a hechsher of the Eida. if you will be psoting this, please don't post it in my name
די אלע רבי ז"ל טלתים זענען טערקישע.
אויך פאר אטענשן ניין?
_________________
ניין בכלל נישט
אמאליגע צייטן האבן ערליכע חסיד'ישע אידן גענוצט עכט טערקישע טליתים, למשל די בעלזער און די סקווירא'ר חסידים גייען אלע יארן מיט דיקע טליתים וואס זעהט אויס ווי זעק וואס איז טערקישע טליתים, ווייל אין דערהיים איז געווען די טערקישע מוחזק אלס צמר און האט נישט געהאט קיין שעטנז,
למעשה האט מען אין סאטמאר נישט מקפיד געווען דערויף עס איז דא גענוג היימישע אידישע פאבריקן וואס האט השגחה מעולה און אזוי האט מען זיך געפירט אלע יארן,
און ווען א איד פון עטליכע זעכציג יאר טוט זיך אן א שיינער טאג מיט א גראבן טערקישען טלית, האט עס נישט קיין אנדערער הסבר אויסער ארויסשרייען איך דארף עטענשאן,
די רבי ז"ל איז געגאנגען מיט דעם אבער מ'האט נישט מקפיד געווען אין סאטמאר דערויף. דו פארשטייסט וואס דו רעדסט? איך נישט.
_________________
די רבי ז"ל איז געגאנגען מיט א באקסעדיגע עטרה אדער עס שטאמט פון סיגעט?
_________________