פאריגן דאנערשטיג איז פארגעקומען א הערליכע אסיפה אין שטוב פון הגה"צ אב"ד שערי אורה ב"פ שליט"א, מיט באטייליגונג פון איבער 20 אויסגערופענע רבנים און פוסקים פון מערערע קהילות און קרייזן, וואו מ'האט ארויסגעברענגט די שעדליכע סילופים וזיופים פון לויפער וכת דילי' וועלכע זענען נישט נאר מהפך הקערה על פיה נאר זענען פשוט מכחיש שמש בצהרים.
נישט נאר האט יעדער ערנסטער רב אויף וועמען זיי האבן זיך פאררופן אפגעווארפן זייערע פאלשע סילופים און קלארגעשטעלט אז די ווערטער אין זייער נאמען זענען פשוט אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אפילו די פראפעסארן אויף וועמען זיי האבן אויפגעבויט די פאפירענע געביידעס לאכן פון זיי ממש אין די פויסטן, זאגנדיג אז די טענות זענען אזוי לעכערליך אז ס'איז זינלאז זיך אפילו אפצוגעבן דערמיט.