ריכטער ביידען פסק'עט אז: "א פערמיט צו ניצן דאס פלאץ וועט זיין פארבלעמען, א פערמיט צו בויען וועט נישט זיין אי''ה", קומט דער צווייטער דזשיגאן חלה דעקל און שרייט מעשה שאול פערלשטיין אז: "
עווענטועל וועלן די זאליס צוריק אריינגיין דארט" און זיי האפן אז אלע דזשיגאן חלה דעקלעך וועלן יובעלען און טראמפייטערן מיט פרייד, ניצחנו!!!, מיר האבן געווינען!!!, און העטעך געווען א קורצקעפיגער דזשיגאן חלה דעקל וואלט איך אויך געטאנצן פאר שמחה, אבער ווי איך בין אן אינטעליגענטער אהרוני
[בילד – נישט אפגעהיט], און איך קען ליינען ענגליש, לאך איך פון די זאלי באבקעס,
כדרכו'ס ווערזיע איז קרוב אל האמת, און האט "שלא" כדרכו אויסגעלאזט וויכטיגע פונקטן, עס איז אמת אז די זאליס האבן געבעטן א פערמיט צו פארענדיגן דעם בנין, און זיי האבן דאס באקומען, זענען די אהרונים געקומען צו לויפן אז דער פערמיט געהער פאר זיי, און אז ארגינעל האבן זיי פארלאנגט דעם פערמיט במילא זאלן זיי באקומען דעם פערמיט, די שטאט האט דאס אנגענומען און געטרענספערט דעם פערמיט פאר די אהרונים, זענען די זאליס געקומען מיט א צעקה נוראה אז זיי זענען שוין דארט 10 יאר, זיי האבן כסדר באקומען טעמפערערי פערמיטס, במילא דארף מען זיי צוריק געבן דעם פערמיט, האט דער בילדינג דעפארטמענט פארלאנגט פון ביידע צדדים זאלן אריין געבן פאפירן פארוואס זייער צד זאל באקומען דעם פערמיט, וכך הווא, און די שטאט האט מחליט געווען און געשריבן אז קיינער באקומט נישט קיין פערמיט, ווייל דער מקום האט נישט קיין קלארן בעל הבית, און א פערמיט לויטן געזעץ קען נאר באקומען דער זיכערער בעל הבית, די זאליס האבן זיך געזען אין א פראבלעם, אה קיי, דעם פערמיט צו בויען האבן זיי נישט, און זיי קענען זיך באמת באגיין אן דעם ווילסאן בית המדרש, אבער וואס וועט זיין מיט די פראוויזארישע פערמיטס, נעילת החג, שושן פורים, כ''א כסליו, פסח יריד, מה תהא עלי', וואס וועט זיין מיט דעם, האבן זיי אנגעהויבן לייגן אויף די שטאט א מעכטיגן דרוק, אז אזוי ווי זיי האבן כסדר באקומען די דאזיגע פערמיטס זאל די שטאט ממשיך זיין און פאר זיי ווייטער געבן די פראוויזארישע פערמיטס, די אהרונים האבן מורא געהאט אז די שטאט וועט זיך ברעכן און טאקע געבן פאר די זאליס א טעמערערי פערמיט, זענען זיי געגאנגען און אפילט דעם דעסישאן, כדי דער BSA זאל אויף פסקענען אז קיינער קען קיין פערמיט נישט באקומען, און אצינד ווען דאס איז געלונגען און דער BSA האט טאקע געפסקעט אז קיינער קען דארט נישט אריין גיין, דאס פלאץ האט נישט קיין פערמיט און קיינער גייט קיין פערמיט נישט באקומען, קענען די אהרונים מיט רעכט קלעימען וויקטארי, אז די זאליס זענען ארויס געשמיסן פון דארט אויף אייביג.
יעצט ליינט איבער די אויבערשטע תגובות וועלן אייך אלע קשיות ווערן פארענטפערט, דא איז נישט קיין ווייעלעשאן פראבלעם, דא איז נישט קיין געלט פראבלעם, דא איז פשוט א בעלות פראבלעם, און ביז עס ווערט נישט אויסגעגליכן ווען קיינער דארט נישט באקומען קיין פערמיט, נישט פאר בויען און נישט פראוויזאריש. דאס שטייט זייער קלאר אונעם בריעוו וואס די שטאט האט געשריבן, און איך וואונטש פאר מיינע זאלי טייערע ברודער אז כשם זיי האבן געהאט א מעכטיגן נצחון אין ווילסאן בית המדרש, וואס דער פאקט אז מען האט זיי ארויס געבריקעט פון דארט אז נאך אלץ בלאס אקעגן דעם פאקט אז די אהרונים האבן "אויך" נישט באקומען קיין פערמיט, וואונטש איך זיי אז דער זעלבער טרענד זאל זיך ווייטער ציען קיין ראדני און אין די איבעריגע בנינים, מען זאל דאס פארמאכן און יעדן ארויס ווארפן, און די זאליס וועלן טאנצן פאר שמחה אז די אהרונים האבן דאס "אויך" נישט, זאגט אלע זאלי דזשיגאן חלה דעקלעך, א גרויסן
אמן!!!