היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עונשו של בדאי. ראב"ד מפרסם מכתב הכחשה

עונשו של בדאי. ראב"ד מפרסם מכתב הכחשה

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2885807

גוטזאגער » 29/3/2011 19:13

די שקרנים-געמיש פון דראג/ראסט סטריט און שארמאש
האבן נישט געטראכט אז זייער שקר וועט זיין פאטשן אין פרצוף.

דאס ערשטע מכתב הכחשה פון הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א איז ערשינען, אין וועלכן ער שרייבט "יסכר פי דוברי שקר" אויף די פאליטיקאנטן וועלכע נוצן די תורה פאר א שמאטע.

[בילד – נישט אפגעהיט]


אויב רעדט זיך עמיצער אז די באנדיטן פאראיין וועלן זיך אפשטעלן. האט ער א גרויסן טעות.

זיי ליגן טיף אין די קרקע, און זעען נישט ארויס וואספארא ליצנות זיי זענען. איינער איז איינגעשפארט אין א ראסט סטריט, ער וועפט נעבעך אויף כח, ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, און זיינע אפגעפליקטע קינדער טראכטן נישט אז זייער טאטע איז דאס גענאר פון שטאט אומעטום.

_________________



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/03/2011 20:25:29

FiveBoro » 29/3/2011 19:29

גוטזאגער, דער בריוו איז נישט כתב ידו פונעם ראב"ד, נאר פון זיין זוהן, וואס שרייבט צו א ת"ח אויפן באפעהל פון זיין גרויסן טאטן, אויף יענעמ'ס אנפראגע.

דער ראב"ד אליינס וועט נישט שרייבן קיין פרישע בריוו, ווען די ערשטע בריוו פאר זיך איז קלארער פון קלאר, און עס פאסט נישט אז א גדול בישראל זאל זיך ברויכן צוטוהן מאכן פון כסבי פלסתר פון בעל מתי שוא.

האנדא » 29/3/2011 20:55

עכ''פ איצט אז דער ראב''ד איז אראפ פון טיש, זעמער געבליבן נאר מיט דאראג/פאסט אפיס/מישמאש.

שוואכע מעשיות!

וואס טיט זיך מיט הרב פילאף/ וויינבערגער/ דער בארא פארקער קאץ וואס לאזען זיי נישט הערן זייער זיסע שטימע'ליך? און לאזן דעם מתי שוא הייזעריג ווערן? ''הנהגת התורא'' היכם?????????

ארגינעלער » 29/3/2011 21:17

יא יא די זאליס האבן אינז נישט דיסעפאנטעט אויטאמיטש ווערט רב שטערנבוך א שייגץ
אלעס ווייל ער האט געלאכט אין שרייט אז די פינסטערע באנדע פין פריעדמאן אינדיג מארגנשטערן זענען שקרנים

אזא פנים טראגן די ליצים וואס א חוץ דעם נאז קוועטשן קען דער ראסס סטריט דיין גארניקס

חסדי השם דער לץ אין פושע איז נישט געווארן ירושלימער רב

האנדא » 29/3/2011 21:21

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/03/2011 21:52:16

ארגינעלער » 29/3/2011 22:21

די גרעסטע פלא איז אויף סידור קידושין קען ר' מנשה נישט טרעפן קיין איסור
אין אויף אריזאנע ווייץ קען ער נישט טרעפן קיין היתר.

ס'דערמאנט מיך א מעשה פאר א יאר איז הרב ר' יאנקל עסטרייכער פין לאנדאן געווען אויף א חתונה אין מאנסי דארט איז אויך געווען ר' יחזקאל גאלד פין מאנסי ביי די חתונה, די חתונה איז געווען ביי ר' חיים יושע'ס זאל ווי מען געט נאר קרית יואל'ער פלייש,ווען מען האט אריין געברענגט די פלייש האט ר' יחזקאל געוויזן אז ער דארף נישט קיין פלייש
זאגט ר' יחזקאל פאר ר' יאנקל אז ער עסט נישט קרית יואל פליש ווייל די טשינקס זענען נישט געזינט
זאגט אים ר' יאנקל א פלא די שערי חמלה קינדער זענען געזינט אין די טשינקס זענען קראנק ........

קאנמטארן זענען איבריג.


תוקן על ידי ארגינעלער ב- 29/03/2011 22:29:24

יקרבו » 29/3/2011 23:49

אוי איז דעס ביטער

גוטזאגער » 29/3/2011 23:54

יקרבו.

דער ראב"ד האט באמת גארנישט משנה געווען פון זייער פריערדיגע בריוו.
ער האט שוין אפגעוואנדן די שקרנים אין זיין ערשטע בריוו, וואו ער שרייבט אז ער "קען נישט גלייבן" וואס זיי פארקויפן.

אבער די שקרנים פירמע פון דראג/ראסס און מישמאש האבן לתאות הנצחון נישט געפאסט צו זאגן אז רבי משה שטערנבוך איז קעגן זיי.

יעצט מיט דעם בריוו וואס ער רופט זיי אן דוברי שקר, האט ער אנגעפאטשט און ארויסגעשליידערט פון פענסטער.

_________________

מישמאש » 30/3/2011 17:44

וילאנג אינדיג און מארגנשטערן גיבן נישט קיין החכשה, בלייבט אריזאנא מצות מיט א דין "כרפס" לכל הדיעות. שטערנבוך האט נישט געלערענט נישט אין סענס סטריט און נישט אין כולל דרך החיים. ער איז א פשוט'ע איד פון יאהאנסבורג, אפריקע, וואס פארמאגט ניטאמאל איין גארטל פון רבין ז"ל!
 

גוטזאגער » 30/3/2011 20:05

זאך קענער זאגן אז מעכעל אינדיג'ס ווייב האט געשריבן א לאנגען בריוו, אין וועלכן זי זאגט קלאר אז זי האט געגעסן 5 פונט אריזאנא ווייץ, און עס האט נישט קיין זאלציגן טעם.

שלום בית עסקנים געבן איבער אז ס'איז דא ערנסטע אויסזוכטן פאר שלעק בביתו נאוה קודש פון מעכעל אינדיג.

_________________

יקרבו » 31/3/2011 17:46

נעבעף א רחמנות צי קוקן ווי די אלע אני אמלח'ניקס וואספארע פנים זיי טראגן