מארגן מאנטאג וועט פארקומען אין ירושלים עיה"ק א מעמד לוי', אויפן רוף פון די חברי הבי"ד הגדול שבירושלים, צו באגלייטן די לעצט פארבליבענע אויסגעגראבענע עצמות פון די אלטע ביה"ח אין יפו, וועלכע זענען ליידער אויסגעגראבן געווארן אדאנק די הליכה לבג"ץ פון אתרא קדישא און משתדלים, נגד דעת רבותינו הקדושים.
די באשלוס פון בי"ד קומט נאכדעם וואס די ועד למניעת חילול קברי ישראל האט ערהאלטן פון די ארכילאגן די בילדער פון די קברים, (דאס וואס ביז היינט פלעגט אתרא קדישא באקומען פון זיי), און זיי האבן דאס אריבערגעשיקט אין בי"ד, און נאכן גוט באטראכטן די בילדער, אינאיינעם מיט מומחים, שטעלט זיך ארויס אז אויף עטליכע פון די ארום 20 קברים איז דא א ערנסטע חשש אז דאס איז קברי קדמונים, (עס איז געווען שכוב כדרכו, ועוד), און דעריבער וועט מען פארופן א ריזיגע מעמד, צו באגלייטן די ארונות מיט כבוד, און אויסשרייען די ווייטאג אויפן חילול הקברים וואס ווערט פראקטיצירט דורך די ממשלת השמד אן קיין שום אפהאלט (דארט וואו די בוי-אונטרענעמער וויל דאס, און ער באשטעלט נישט קיין משגיח). ערליכע אידן וועלן אוודאי אין די צייט מתפלל זיין, אז אויך די אידישע מחללי קברים, זאלן נישט מצליח זיין, נאר זיי זאלן ווייטער פאלן, כאשר החילות לנפול וגו', להעביר את רוע הגזירה וואס זיי האבן אנגעברענגט. (צו פארשטיין אביסל דעם כאשר החילות לנפול, ליינט דא ווייטער).
=======
ביים זיצונג אין בי"ד פארגאנגענעם מיטוואך, האבן די אתרא קדישא טעראריסטן פארלאנגט אז דער מעמד זאל זיין א "עצרת מחאה גדולה" און זיי האבן געהאט א ליסטע מיט פלעצער וואו מען גראבט יעצט קברים כפי גירסתם, און אז דער מעמד זאל זיין א אפיציעלע מחאה פון בי"ד אויף די אנגעגעבענע חילול הקברים.
רוב חברי הבי"ד האבן דאס אפגעווארפן, זאגנדיג אז אזוי ווי די לעצטע האלב יאר וועלן זיי אצינד אויך מוחה זיין אויפן עצם חילול קברים וואס די א"ג אידישע מדינה לאזט ציה און פירט אן, אבער א אפיציעלע מעמד מחאה פון בי"ד קען נאר זיין ווען עס האנדלט זיך פון א פלאץ וואס עס איז דא א קלארע מצב אז מען גראבט דארט יעצט קברים, און מען פרובירט צו טוהן וואס מען קען, און בי"ד זעהט אז ס'איז נישטא מיט וועמען צו האנדלען, און עס בלייבט נאר איבער צו ארויסגיין אויף א מחאה. אבער בשו"א וועט בי"ד מער נישט חתמנען אויף קיין עצרת מחאה אויף א ספעציפישע פאסירונג, אן צו זיין פארמישט אין די פארהאנדלונגען.
דאס קומט נאכדעם וואס די בי"ד האט געזעהן אין די לעצטע האלב יאר ווער די א"ג עשקני"ם זענען, און אז די מחאות זענען ליידער אן קיין שום קאנטראל, און אן קיין שום ציהל עפעס אויפצוטוהן, א שטייגער ווי אין יהוד, וואו די נייע ועד האט געהאט א פולע קאנטראל, און מען האט מוחה געווען אויפן ועד אנשטאט אויף חילול קברים, און בשעתו האבן די חברה שיעור אריינגעשלעפט די בי"ד דערין, אויף וואס די בי"ד איז זייער ברוגז געוועהן.
דעריבער איז טאקע ארויס די החלטה אז דער מעמד וועט זיין א "מעמד לוי" פאר די עצמות, און עס וועלן אויך געהערט ווערן דרשות באופן כללי בגנות פון די ממשלה און די רשעי הארכילאגים וועלכע טוען אויסגראבן קברים מיט זייער בלוטיגע הענט אן קיין שום פחד און רעספעקט פאר קברי ישראל.
אתרא קדישא האט נאך פרובירט צו בערנגען באווייזן איבער איין פעלד אין "יבנה", וואו לויט זייערע ווערטער איז מען דארט יעצט מחלל קברים, אבער איינער פון די רבנים האבן פארציילט אז עס זענען דא אנדערע עסקנים וואס טוען אין די נושא, און מען קען נישט מאכן אזא סארט מאחה ביז מען הערט נישט אלע צדדים, און אזוי איז אנגענומען געווארן.
(אין ליכט פון דעם דורכפאל וואס די טעראריסטן האבן געהאט אין בי"ד, האבן זיי אויך געדרוקט אייגענע צעטלעך, מיט אייגענע ווערסיעס איבער א עצרת מחאה, מיט אויסגערעכנטע פלעצער אויף וואס מען גייט מוחה זיין. זאל עס זיי וואויל באקומען).
==========
אצינד, גרייט מען זיך אויפן מארגנדיגן מעמד, וואו מען וועט לייגן דעם ביטערן "חותם" אויף "פרשת יפו", וועלכע ווערט ליידער געשלאסן מיט א שווערע ענדע, וועלכע וועט געדענקט ווערן פאר א אייביג שאנדע, סיי אויף די ציוניסטישע מדינה און זייערע מחללי קברים, און סיי אויף די מיליטאנטישע מחריבים-גרופע וועלכע האט נישט צוגעלאזט די פארהאנדלונגען און געבערנגט צו דעם ביטערן ענדע!

תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/03/2011 22:54:39