ס'איז הימל און ערד און ספר תורה פון דברי חיים
ביי די זאליס טוט זיך א שמחה עד לב השמים, הלמאי זייער רעבע האט געקויפט א ספר תורה פון דברי חיים
שוין, יעצט בנוסף פון נועם המדות, וועט ער האבן נאך א טיטל, אנטיקן זאמלער, ער האט א ספר תורה פון דברי חיים, וואס מיינט א ספר תורה פון דברי חיים? האט דאס דער דברי חיים געשריבן? האט דער דברי חיים געטאנצן דערמיט די הקפות? צו האט ער סתם אזוי עולה געווען דערין?
ווער ווייסט א תירוץ?
מיר בעטן נאר, ער זאל נישט מחלל זיין דעם הייליגן ספר תורה פונעם הייליגן דברי חיים מיטן טרעטן אויף שו"ע, און ער זאל לאזן די הכנסת ספר תורה נאך די ימי האבל פון די מוטער הרבנית ע"ה.
יעצט דא האט איר א שיינע מעשה וואס די רבי ז"ל האט געטון ווען ס'איז אים אונטערגעקומען צו קויפן א מגילה פון הייליגן ישמח משה
קוקט אויף זייט 2
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/25Shmini-5771/Zkeinechu.pdf