היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן ...

באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן ...

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2884986

חסיד_152 » 25/3/2011 01:05

באמבע • ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע
ברעקינג: רבינו שליט"א קויפט אפ ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע דורך הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו פאר א מיליאן דאללער!
 
אין די מינוטן איז געשלאסן געווארן דער היסטארישע מקח צווישן די אייניקלעך פון הרה"ק משינעווע זי"ע וועלכע וואוינען אין די איסט סייד, אויפן ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי"ע, וועלכע זיי האבן פארקויפט פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאללער! וועלכע איז באצאלט געווארן דורך הנגיד המרומם ר' משה שמואל זופניק הי"ו.
 
פרטים יבואו

ביידען » 25/3/2011 01:26

פארוואס איז עס ווערט א מיליאן דאלער די דברי חיים האט עס אליינס געשריבן?

SatmarNews » 25/3/2011 01:49

הדר קבלוה אין חודש אדר!!
איך הער עס איז דא פלענער פאר א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה אין די נאנטע טעג

_________________

HTML clipboardSatmarNews


משהלע » 25/3/2011 16:05

וואס עס קרענקט מיך? עפעס א פראגע? עס קרענקט מיך אז ווי נאר הרב וואזנער שליט''א ווערט געוואויר אז ר' זלמן האט די ספר תורה פון דברי חיים נעמט ער גלייך צו דעם כתר תורה פון אונזער רבי און טיט דאס אן פאר ר' זלמן, רבי אליקים שלעזינגער וועט גלייך מכתיר זיין ר' זלמן פאר רבן של ישראל, רבי משה שטערנבוך וועט זיך תיכף מכניע זיין פארן פרישן תלמיד חכם ר' זלמן, די ארבייט פון יארן לאנג עפעס אהער צו שטעלן אונזער רבי וועט אלעס גיין לטמיון, די אלפים חסידים פון ר' אהרן וועלן גלייך זיך אריבער ציען קיין ראדני, די הקפות אין הופפער וועט ווער וויסט און פוסט ווי ראדני פלעגט צו זיין, ר' מלכיאל קוטלער וועט אוועק נעמען דעם טיטל אורים ותומים און דאס גלייך אוועק שענקען פאר ר' זלמן, מיר וועלן בלייבן אויסגעשפילטע מענטשן, און אלעס וועגן א נישטיגע מיליון דאלאר, ווי איז ר' ישעי' וואלף לעוו? האט ער נישט געקענט געבן צוויי מיליון דאלאר? און וואס איז מיט ר' שלמה קלאגסברוין, ער האט דאך ליב צו דאפלען אלע סכומים, פארוואס האט ער נישט געגעבן צוויי מיליון דאלאר אונזער רבי זאל קענען בלייבן דער גרעסטער רבי פון די וועלט, יא, דאס רעגט מיך, און איך טראג דאס נישט אריבער, סא, ווייסט איר שוין וואס עס קרענקט מיך אזוי שטארק.

און פאר ספרינטער דארף איך מודה זיין, אז צו האבן דעם ספר תורה פון דברי חיים איז ביי מיר ליידער אסאך א קלענערע חשיבות פון צו "לערנען" די הייליגע תורה, איין שושן פורים טיש מתובל מיט שיינע זיסע תורות ארום גענומען מיט ניגוני התעוררות ודביקות איז ביי מיר ליידער פיל חשובער פונעם ספר תורה פון הייליגן דברי חיים זי''ע, איין זאך בין איך דזשעלאס, אז ביי די נעקסטע פראטעסט מיט די ספרי תורות וועט שוין זיין זעקס ספרי תורה, אבער אויסער דעם איז די ספר תורה פון דברי חיים נישט הייליגער פון סיי וועלעכע ספר תורה, בין איך א טיפיקל אהרוני? יא!!!,  ענד איי עם פראוד אוף איט!!!, זאג נאר, איז די ספר תורה בכלל כשר? אדער האט מען ארויס גענומען דעם כבד את אביך ואת אמך? האט מען ארויס געפליקט דעם ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם כדי נישט צו פארשעמען ענקער רבי?, מיר שטייען און שעפן נחת אז די זאליס מאכן א ביג דיל פון א ספר תורה וואס זופניק האט געספענד א מיליון דאלאר, ביי אונז איז דאס א קנאפער געווינס, ליידער ליידער.

אומזיסט » 25/3/2011 16:37

משה'לע, אלעס זייער קיוט, אבער צו האסטו געמיינט ערנסט דעם זאץ: "אבער אויסער דעם איז די ספר תורה פון דברי חיים נישט הייליגער פון סיי וועלעכע ספר תורה, בין איך א טיפיקל אהרוני? יא!!!,  ענד איי עם פראוד אוף איט!!!" ??? דו האסט ממש נישט קיין מושג אדער בכלל אין דעם ענין פון קדושה, אדער וויבאלד דיין רבי האט שוין געלערנט אמאל דברי חיים, [חוץ די תשובה וועגן סידו"ק כמובן, און די רעביסטעווע ירושה) איז ער שוין אויך אזוי הייליג ווי דער הייליגער רב זי"ע (עפ"ל), און במילא איז שוין זיין ספר די זעלבע הייליג?

לדעתי זענען משה'לעס ווערטער וואס ער האט זיך ארויסגעכאפט, א שטארקע אנדייטונג אויף ווי ווייט פארפוילט זייער חינוך גייט.

הגם אלע מחנכים האבן שוין געשריגן פאר 10 יאר צוריק אז זייער פארטיי, און בעיקר די פראפאגאנדע ווי דער בלאט א.א.וו. גייט אויף א סיסטעם ווי פאלגענד: לטמא טהורים ולטהר טמאים ברגע אחד. עס גייט אז מען גייט גרייסן אהרן, אויף ביידע וועגן איינס מען וועט אים הייבן ביזן דאך, צווייטנס אלע פריערדיגע וועט מען ווי ווייט מעגליך קלענער מאכן.

און הגם אז נאך 11 יאר איז שוין יעדערער מודה אז די ערשטע העלפט איז מיאוס דורכגעפאלן, יעדער חדר אינגל ביי די אהרונים האט פונקטליך ארויס דעם גאנצן בלאף, האט אבער דער צווייטער חלק יא געהאט א שטארקע הצלחה, אויסרייסנדיג ביי זייער עולם סיסטעמאטיש דעם געפיל פון הכנעה און מכיר זיין די קדושה פון צדיקים. (?עס האט זייער א פשוטע פסיכאלאגיע: אז דאס קינד וואקסט אויף אז אהרן איז א קדוש וטהור, רשכבה"ג, און אלס תמימות'דיג קינד גלייבט ער אין אלעם, און ווי נאר ער ווערט אביסעלע עלטער דערזעט ער דאך מיט וואסערען "ענדע צדיק" ער האט דא צוטאן, אויטאמאטיש טראכט ער אז אלע אנדערע צדיקים וואס מען האט אים אויופגעצויגן מיט די זעלבע טיטלען און השגות ווי אויף דעם אהרן'נען, זענען געווען - חלילה וחלילה, רח"ל מהאי דעתא - ענליך ח"ו).

חוץ מזה, משה'לע איך ווייס נישט צי דו וועסט פארשטיין וואס איך רעד, אבער עס איז דא אנדערע וואס וועלן מסתמא יא פארשטיין. לאמיר מאכן א דיל, לאז די וועלט איינמאל פאר אלעמאל איינזען וואסערע ת"ח דיין רבי איז. לאמיר זען, ער זאל פרובירן צו פארענטפערן א שווערע שטעלע אין תשובת דברי חיים, א שטייגער ווי זיין פעטער ז"ל, אדער ווי דו רופסט אים מיט א זלזול דער בעל דברי יואל, לאמיר זען א הפלא'דיגן יישוב אויף א סתירה אין דברי חיים. אבער מיט איין רעסטריקשאן. גארנישט מיט פרעה'ס קיען, לבי נוקפי, ברייתא דר' ישמעאל ראה, וכו'. פלעין פשוט וויאזוי א יעדער נארמאלער פשוטער ת"ח - ניטאמאל, א פשוטער כולל אינגערמאן - לערנט אפ, איך דארף נישט קייין גאונות, איך וויל; פשוט מיטן דרך הפשט האבן א נארמאלן ישוב. אז ער קאן אזאנס דעליווערן, איז דא וואס צו רעדן, אבער אז ער וועט אנהייבן מיט זיין חריפות און בקיאות וואס כאפט דיך אזוי שטארק אזש דו זעסט נישט קיין חילוק צווישן זיין ספר תורה, און דעם הייליגן רב'ס - און מיט א פלפול אין די סוגיא פון אחשבי' פארענטפערן א שווערע קשיא אויף פרעה'ס קיען, דאמאלס האט ער קלאר נישט געפעסט דעם טעסט. קענסטו דיך האלטן מיט זיין תלמיד חכמה.

SatmarNews » 25/3/2011 17:09

ר' דוד מאיר טאהלער האט נאכגעזאגט ביים דינער פאר מוסדות יטב לב בני ברק וואס הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה האט אים געזאגט ווען די ארונים האבן געמאכט די ה' אייר פלעי און אריינגעלערענט פאלש פשט אין ספה"ק ויואל משה אז דער רבי זי"ע האט ארויסגעלערנט די איסור צו גיין אין בג"ץ פון די בחירות

"די ארונים ווילן נישט גרויס מאכן די עבירה פון גיין אין בג"ץ, זיי ווילן קליין מאכן די עבירה פון גיין צו די בחירות"

ודפח"ח

 



אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

זייער פארטיי, און בעיקר די פראפאגאנדע ווי דער בלאט א.א.וו. גייט אויף א סיסטעם ווי פאלגענד: לטמא טהורים ולטהר טמאים ברגע אחד. עס גייט אז מען גייט גרייסן אהרן, אויף ביידע וועגן איינס מען וועט אים הייבן ביזן דאך, צווייטנס אלע פריערדיגע וועט מען ווי ווייט מעגליך קלענער מאכן.

סטראבערי » 25/3/2011 19:12

שמעתי אז אהרן איז אויך געווען ביי זיי עס קוקן און האט שטארק חשק געהאט דערויף, ווי אויך - להבדיל - אנדערע רבי'ס אייניקלעך פון'ם הייליגן צאנזער רב זצוק"ל.
נאר וואסזשע זאל ער טוהן אז האט נישט דאס געלט.... ב"ה ס'איז באשערט געווען פאר'ן הייליגן ספר תורה אנצוקומען אין א שענער'ן פלאץ.
ווי עס עס ליגט אויך אגב נאך א סך זייער חשוב'ע היסטארישע חפיצים.

_________________


חסיד_152 » 25/3/2011 19:31

איינער קען דא מסביר זיין אל מה חרי האף? מ'האט דא בס"ה געמאלדן א פאזיטיווע נייעס'ל, והנה, די אהרונים טאנצן און שפרינגן, שעלטן און שומפן. ווער עס קען וואלט געווען א דבר חשוב ווען מ'איז דאס מסביר.
 
אז זיי שעלטן ווען אויפן ביילאגע אין דער איד די וואך קעגן די אהרונישע ווייץ, פארשטיי איך. אבער סתם קללות אויפן דברי חיים פארן האבן א ספר תורה צריך ביאור גדול.
 
די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טראכטן אז זיי האבן מורא איז, זייער דזשיגאן עם הארץ האט זיך באוואוסט געמאכט אלס אנטיקן ליב האבער, והיינו טעמא דקלויזענבורג. דאס האט מען פארקויפט פאר די שעפסן די סיבה פארוואס מען איז געלאפן קיין צאנז - נתני' איז צוליב דעם גרויס השתוקקות וואס מ'האט צום קרוין פונעם ספר תורה וואס האט באלאנגט צום יטב לב (משה'לע, וואס א חילוק צווישן א קרוין פון איסטערן סילווער אדער א קרוין פון דער אלטער היים? צו דארף מען דאס מער קישן? תיקו...). אלזא, די אהרונים האבן מורא אז דער דזשיגאן וועט באקומען א השתוקקות צו דעם ספר תורה פון צאנזער זיידן, און וועלן אריבערגיין צום ברודער דאס זען. דאס וואס קען זיין באדערט די אהרונים, זיי ווילן זיך באווארענען אז זייער רבי גייט נישט צום ברודער, ווייל זיין געזונטהייט פשוט ערלויבט דאס נישט, וועלן זיי מיט אלע מיטלען פרובירן אראפצוברענגן דעם דברי חיים מיט די ספר תורה אויסצורייסן פון זייער רבי'ן דאס השתוקקות.

חסיד_152 » 25/3/2011 19:34

סטראבערי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעתי אז אהרן איז אויך געווען ביי זיי עס קוקן און האט שטארק חשק געהאט דערויף, ווי אויך - להבדיל - אנדערע רבי'ס אייניקלעך פון'ם הייליגן צאנזער רב זצוק"ל.
נאר וואסזשע זאל ער טוהן אז האט נישט דאס געלט.... ב"ה ס'איז באשערט געווען פאר'ן הייליגן ספר תורה אנצוקומען אין א שענער'ן פלאץ.
ווי עס עס ליגט אויך אגב נאך א סך זייער חשוב'ע היסטארישע חפיצים.

_________________



 
הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל!

רעיוואד » 25/3/2011 22:01

נאך א ביישפיל פון דער שפלות פון די דאזיגע אהרוני מענטשן. משה'לע איז שוין נעבעך א פרי פון דעם חינוך הקלוקל וואס דער עם הארץ האט אנגענומען צו פירן מיט זיין יוגנט.

*

און מזל טוב כבוד קדושת רבינו עטרת תפארת ישראל שליט"א צו דער שמחה מיט'ן אפקויפן דעם הייליגן דברי חיים'ס ספר תורה. 

וזאת התורה לא ימוש מעתה ועד עולם.

פדן_ארם » 27/3/2011 05:52

משה'לע צו וואס האט עטס געדארפט אפקויפן דעם בית החיים אין סיגעט?

עטס האבן דאך דא די קבר פון משה שעהר און א רעבע לרפו"ש וואס איז א לעבעדיגע ת"ח

וואלןסח » 27/3/2011 06:16

איך זע נישט משה'לע זאל זאגן אזוי ראונג, איך זע אז כבר קדמו רביה"ק בעל דברי יואל

 

קוק דא זייט 2

 

http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/25Shmini-5771/Zkeinechu.pdf

פדן_ארם » 27/3/2011 07:20

פליצלונג דארף מען רעכענען מיטן רעבענזיכרוינעלברכה, ווי אזוי עס קומט ענק נארוינים אויס בעסער

yuchw » 27/3/2011 13:49

די מעשה פון וואלן ס"ח איז זייער שטארק


ווייל פון רבינ'ס ז"ל ווערטער זעט מען אז ווען דער ישמח משה וואלט געליינט דערין כל ימי חייו וואלט ער עס יא אפגעקויפט.

בנידונינו רעדט פון א ס"ת וואס דער צאנז'ער רב האט געלאזט שרייבן פאר זיך, און האט געליינט דערין זייער א סאך יארן, און האט דער ספר האט דער שינאווער רב זצוק"ל גענומען בירושה.

עס איז גאר א שטארקע חשיבות

_________________

וואלןסח » 27/3/2011 18:07

YUCHW
אם כדבריך האט עס מן הסתם א שטארקע חשיבות
אבער פאר אלעם, אפשר ברענגסטו מיר קודם א מקור פון ערגעץ אז דער דברי חיים האט זיך געלאזט שרייבן א ספר תורה און דער שינאווער רב האט עס באקומען בירושה, און אט די זעלבע ספר תורה איז יעצט אנגעקומע ליד רז"ל.

איך לייקן נישט די געשיכטע, פשוט ווייל איך ווייס נישט די מציאות הדברים
ברענגט ביטע מקורות אויף די מציאות הדברים

דזשיגאן » 27/3/2011 18:13

וואלן, קיין חשיבות ביי דיר וועט עס סוף פסוק סייווי נישט האבן, ווייל פאקטיש איז דאס צוגעפאלן צו די האנט פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, און נישט ביים דזשיגאן עם הארץ.
 
אם כדבריך, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן וואס איז די געשיכטע מיטן קרוין אין קרית צאנז וועלכע דער דזשיגאן עם הארץ איז געלאפן קוקן, אפשר פארציילסטו אונז פונקטליך וויזוי ס'אנגעקומען אהין.

וואלןסח » 27/3/2011 18:31

דזשיגאן
דער מקור אז רבינו שליט"א איז געפארן צום קלז"ב וועגן א קרוין איז לכאורה דער זעלבער מקור ווי אז דער ספר תורה האט דער דברי חיים געלאזט שרייבן (דהיינו בח"ח) [נאכאמאל קען זיין ס'האט א מקור, אדרבה לאמיר הערן]
פונקטליך וואס האט באוואויגן רבינו שליט"א אים צו גיין באזוכן ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך אז פאר א קרוין איז די רבי נישט געפארן, און איה"נ א קרוין וואס איז געלעגן אויף א ספר תורה פון ייטב לב, האט נישט קיין טראפ מער חשיבות ווי א קרוין וואס איז געלעגן אויף א ספר תורה פון סיי וועמען (חוץ אז דער שטיקל זילבער איז אלט 150 יאר)
אויב איז רבינו שליט"א געפארן זען אנטיק זאכן, איז דארט געווען בעסערע זאכן ווי א קרוין, דאס בילד פונעם קרוין איז פשוט מער נתפרסם געווארן מאיזה סיבה שהוא, דאכט זיך אז ער האט געהאט געוויסע כתבי ידות איך געדענק נישט מאמענטאל
און מיר גייט נישט אן קיין כי הוא זה אז די ספר תורה (אויב מען וועט אפירקראצן מקור מוצאו אז ס'האט יא עפעס מער א חשיבות) איז צוגעפאלן צו רז"ל, נאך אלעם וועט עס זיין די איינציגסטע אנטיק זאך וואס וועט ליגן ביי אים ביושר ובצדק, (ווייל אלע אנדערע אנטיק זאכן ליגן יעצט ביי אים בגניבה כל זמן מען האט נישט צוטיילט די ירושה) נו היש לך חשיבות יותר גדול מזה?
מען דערציילט אויפן הייליגן מגיד (דאכט זיך) אז ווען ער איז געווען א קינד איז געווען א שריפה ביי זיי אין שטוב, און די מאמע האט זיך זייער געעגבערט אז ס'איז פארברענט געוארן א כתב יוחסין וואס זיי האבן געהאט עפעס ביז דוד המלך, האט דער הייליגער מגיד געזאגט פאר די מוטער, זארג דיך נישט, דער יחוס וועט זיך אנהייבן ביי מיר.
והדברים מובנים מאליו

ביידען » 27/3/2011 21:46

האדמו"ר התקשר - והנגיד רשם צ'ק • הסכום: מיליון דולר
האחים רובין מקליפורניה החזיקו בספר-תורה של ה'דברי חיים' זצ"ל • אדמו"רים רבים חשקו בספר, אך בסופו של דבר זכה בו האדמו"ר מסאטמר • איך זה קרה?
משה ויסברג, בחדרי חרדים 14:44 27/03/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
ספר התורה הגיע לבית האדמו"ר מהרי"י מסאטמר  
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]12
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ספר תורה נדיר של האדמו"ר בעל ה'דברי חיים' מצאנז זי"ע הובא כמתנה, בסוף השבוע האחרון, לבית האדמו"ר (מהרי"י) מסאטמר בווילאמסבורג. 

מה'דברי חיים' נותרו לאחר השואה רק כמה פריטים נדירים, שהיו בירושה אצל צאצאיו, ובהם: גביע הכסף עליו קידש, הכיפה אותה חבש, והכתר של הספר תורה, הנמצא כיום בבית האדמו"ר מצאנז בקרית צאנז בנתניה. 

ספר התורה שלו היה עד היום אצל האחים רובין, המתגוררים בקליפורניה. 

האחים - נכדיו של רבי משה שינוואר, נכדו של ה'דברי חיים', קיבלו את ספר התורה מסבם, ושמרו עליו במשך שנים מכל משמר. 

מספר אדמו"רים, הנמנים על צאצאיו של ה'דברי חיים', נהגו לנסוע מידי שנה לקליפורניה, בכדי לעלות לתורה בספר התורה של סבם הדגול. 

במשך השנים קיבלו האחים הצעות כספיות מפתות, על מנת שיסכימו למכור את ספר התורה המיוחס, אך השניים סירבו למכרו בעד כל הון שבעולם. 

לפני כשנה נקלעו צמד האחים לבעיה, וזכו לברכתו של האדמו"ר מסאטמר. לאחר שנושעו, קיבלו האחים החלטה: למכור את ספר התורה לאדמו"ר, שאף הוא מצאצאי ה'דברי חיים'. האדמו"ר קיבל את ההודעה בשמחה עצומה, וביקש מהנגיד משה שמואל זופניק שירכוש את ספר התורה המיוחד. 

הנגיד רשם בו-במקום צ'ק על סך מליון דולר, וספר התורה הועבר ביום חמישי האחרון לביתו של האדמו"ר מסאטמר בווילאמסבורג. 

בחסידות סאטמר נערכים לקראת חג השבועות הקרוב, אז יכניסו את ספר התורה לבית המדרש בחגיגת ענק המתוכננת לפאר את ספר התורה המיוחס. 

SatmarNews » 31/3/2011 04:40

קליפ » 31/3/2011 04:46

  <*




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 31/03/2011 13:20:58


קליפ » 31/3/2011 04:46

http://www.youtube.com/watch?v=9TvwxAmW_JQ




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 31/03/2011 13:21:45

SatmarNews » 31/3/2011 23:42

יוסףמאיר » 1/4/2011 04:32

איינער קויפט א ספר תורה
אין איינער א בוטשער

yuchw » 4/4/2011 15:53

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=26400


תוקן על ידי yuchw ב- 04/04/2011 15:56:32

SatmarBum » 4/4/2011 20:59

[בילד – נישט אפגעהיט]  
'ספר המיליון' הגיע לבית האדמו"ר • תמונות
לאחר מאבק בין גדולי האדמו"רים נרכש ספר התורה של ה'דברי חיים' על -ידי נגיד מסאטמר במיליון דולר • האדמו"ר קיבל את הספר בהתרגשות • צפו במעמד ה'לחיים' וסגירת העיסקה
יעקב כהן, בחדרי חרדים 11:37 04/04/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]8
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

• האדמו"ר התקשר - והנגיד רשם צ'ק • הסכום: מיליון דולר


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 8/4/2011 02:26

SatmarNews » 10/4/2011 16:35

[בילד – נישט אפגעהיט]