1) פון כבוד קדושת הגה"ק ר' יחיאל מיכל אינדיג שליט"א גאב"ד...? ומחבר ספרי...? בן אחר בן מהגאון המתי שוא זי"ע...
מן הסתם האט ער אויך אויף זיין הויז א ריזיגע סיין פון א לישקע....
2) פון באוויסטער פאשקאווילען שרייבער הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א גאב"ד לישקע סיין ראס, ומלפנים גאב"ד ירושלים, ומחבר ספרי שו"ת כ' כרכים על פאליטיק סאטמאר והיתר לבג"ץ.
די איבריגע פאשקאווילען שרייבערס די חברי הלישקע האבן נישט אונטער געשריבען דאסמאל, אפילו ר' זלמן לייב פילאפף וואס האלט אז ער פאקט איין הרב וואזנער אין בוזעם טאש... זעהט אויס אז זיי האלטן שוין נישט זיין פורים אין די גאסן, אדער ווייל לויפער האט זיי נישט צוגעזאגט אן עקסטער באקס פאטעטעס אויף פסח.
דער דארגער אליין לייגט אריין דארט א טוץ פון זיינע בריוון, ווי ער שעלט און שימפט און ער איז מסביר אז ווער עס שפירט נישט קיין זאלץ אין אריזאנע איז א פשוטער בהמה... ושוטה אינו מרגיש... והא ראי' זאגט ער, אז יעדער איינער וואס עסט אריזאנע ווייץ שפירט די זאלץ... און דער חכם הדור דער שארמאשער אליין שפירט עס אויך...נו מי לנו גדול כהשארמאשער...
ער ברענגט א בריוו פון ר' שמחה ישראל בלום סתם א גאסן יונג, און א ליידאק, אבי ער האט א לעדער העט.
ועל כולם ברענגט ער נאכמאל דעם "פורים קטן בריוו" פונען שארמאשער.
אויך ברענגט ער עפעס געשטיקעלטע ווערטער פון הגה"צ רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א, אז רבי פישלע זאל אים האבן געזאגט, אז טאמער אלעס וואס לויפער דערציילט איז אמת, דעמאלס איז די זאך חמור מאוד.
דער עיקור אז ר' מנשה פריעדמאן און ר' מיכל אינדיג זיי מיט זייערע קינדער וועלן באקומען אן איבריג באקס פאטעטעס פון לויפער אויף פסח, פארן שרייבן זייערע געהויבענע בריוון.
און מיט דעם באשיצען די ווייץ פעלדער אין לאנג איילענד אז עס זאל נישט פאלן די ביזנעס אין די רווחים, ווי דער דארגער איז א שותף אין די לאנג איילענד פעלדער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/03/2011 19:18:06
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/03/2011 19:55:28