היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בג"ץ פירות: לעצטע מערות אין יפו אויסגעגראבן, פרשה געשלאסן.

בג"ץ פירות: לעצטע מערות אין יפו אויסגעגראבן, פרשה געשלאסן.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2884695

FiveBoro » 23/3/2011 21:45

נעכטן איז ליידער צושטאנד געקומען די פירות פון די בג"ץ קלאגע וואס די "משתדלים" אינאיינעם מיט די מחללי קברים "אתרא קדישא" האבן אנגעפירט, ווען די ארכילאגן זענען אריינגעקומען און מיט א שנעלע אימפעט אויסגעגראבן די גאנצע פארבליבענע מערות, וואו עס זענען געווען ווארשיינליך מענטשליכע ביינער (כאטש נישט קיינע גלגולת).

בשעתו האב איך שוין פארציילט אז עס זענען אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צו ראטעווען די פארבליבענע מערות, און די הויפט פון די ארכילאגן און אזוי אויך איינער פון די בעה"ב פונעם פראיעקט זענען שוין אפילו געווען ביי א זיצונג אין שטוב פון איינע פון די חברי הבד"ץ, און עס האט געהאלטן זייער נאנט פאר א אפמאך.

דאס אלעס איז ליידער צושטערט געווארן ווען די מחללי קברים זענען געווען הונגעריג פאר עקשן, און נאכדעם וואס די הפגנות זענען שוין שוואך געווארן, [צוליב וואס דער עולם האט זיך דערוויסט אז מען פארקויפט זיי לאקשן אז מען גראבט "יעדן טאג" פרישע קברים, אין די צייט וואס שוין זייט סוף תש"ע איז שוין נישט געווען קיין קברים און די ארכילאגן זענען שוין ניטאמאל געווען דארט, און די הפגנות אינדערצוישן איז בלויז געווען אנצוהאלטן א מאמענטום פאר אתרא קדישא] אלזא, כדי צו ציען פרישע העדליינס, האבן זיי געעפנט א קלאגע אין טמאנעם ציוניסטישן בג"ץ, למרות רוחם פון אלע חברי הבד"ץ און אלע ערליכע אידן, אין די צייט וואס קיינעם איז נישט געווען קיין צל ספק ווער עס וועט דערלייגן פון אזא קלאגע.

דעמאלס האבן די בעה"ב געזאגט אז זיי ציען זיך ארויס פון אלע פארהאנדלונגען, און זיי גייען אצינד זיך גיין פארטיידיקן אין קאורט, און וואס דער בג"ץ וועט זאגן דאס וועלן זיי טוהן!

און נעכטן האט מען ליידער געגעסן די רעזולטאטן, און דערמיט איז די פרשה פון די ביה"ח אין יפו געקומען צו איר [שלעכטע] ענדע.

גוטזאגער » 23/3/2011 22:00

פייוובאראס.

די לישקע האט געגעבן א היתר. משתדלים טוט נאר וואס די לישקע הייסט.

דו זיי נישט קיין אויבער-חכם.
משתדלים/נידערמאן האבן דעם זעלבן היתר פון די לישקע, וואו ביים אינדארסירן תועבה קאנדידאטן.


ועשית ככל אשר פאליטיך לערנט מען ביי אונז.

_________________

יקרבו » 23/3/2011 22:11

משתדלים לעבט נאך ?

_________________

גוטזאגער » 23/3/2011 23:41

אויפן צעטל לעבן זיי געהעריג.

_________________