נאך א לענגערע סכסוך וועלכע עס גייט פאר אין די לעצטע האלבע יאר צווישן דעם דיין פון די אהרונים אין ירושלים הרה"ג ר' משה טייטעלבוים, מיט זיינע אויבערהארן ר' שמואל זאנוויל פויגעל, און ר' ישראל מרדכי פעלבערבאום, וועלכע זענען צושלאגן מיט עם אויף מעסער'ס אין געבן עם מער נישט קיין חודש'ליכע וועידזשע'ס, (עד כדי כך אז ביים עלעגאנטן דינער וואס די אהרונים האבן געמאכט מיט צווי מאנטן צוריק אין ירושלים פאר זייער כולל למצויינים ווי מאיר הירש איז געווען דער אורח הכבוד, האט זיך אנגעזעהן די אפוועזענדהייט פונעם דיין וועלכער איז אנטלאפן א וואך בעפאר קיין לאנדאן), נאך די לענגערע סכסוך, וואס די גאנצע אהרנ'ישע געמיינדע אין ירושלים האלךט מיט טעגליך, הבאט עס געקראכט אפיציעל דעם פורים פארנאכט, ביים צוזאמענקום פון דעם ציבור אין ביהמ"ד "ברך משה" אויף רח' יונה, ווען מ'האט אויסגעלאשן דעם מייקרעפאן פאר'ן דיין אינמיטן זאגן די תורה.
די מתנגדים פון דיין זאגן אז ער האט זיך צורעדט אינמיטן דרשה קעגן דעם רבי'ן, און האט פארגעווארפן די טענות אז ער גוט עם נישט גענוג חיזוק צו אויסשטיין די אינערליכע רדיפות.
אינמיטן דרשה האט ער זיך צושריגן אויפ'ן רבי'ן כהאי לישנא: "ער הייסט מיר טאן דאס, ער הייסט מיר טאן יענץ, ער האט שוין געענדיגט מתיר זיין די קאטשקעס?"
נאכן אויסלעשאן דעם מייק, האט דער דיין אויפגעהערט רעדן, זאגענדיג אז איר ווילט נישט וועל איך נישט רעדן.

תוקן על ידי yuchw ב- 23/03/2011 19:36:56