ווי איך פארשטיי איז ער געווען א קרית יואל'ער איד, איינער האט א בילד ביטע, איך קען נישט דעם נאמען, קען זיין איך האב געקענט דעם נפטר אויפן פנים, איך האב א חשד אז איך ווייס ווער דאס איז געווען,
די סארט וואוילע אידן וואס זענען נישט אויף קיין "כל העולם כולו" בילדער מאגאזין, איז א דבר נחוץ צו מפרסם זיין א בילד לאחר פטירתם, מקען קיינמאל וויסן, מעגליך א איד האט בייגעוואוינט א דבר טוב מיט דעם נפטר, אבער האט פונקט נישט געוויסט די נאמען,
איך קען אייך זאגן אז דאס איז מעשים בכל יום, בדידי הוה עובדא איך האב שוין אמאל געהאט אזא עקספיריענס אז איך האב געזעהן א בילד פון א נפטר און איך האב מיך דערמאנט אז אט דער איד האב איך געזען טאן א שיינער דבר טוב און איך האב עס איבערגעגעבן פאר די משפחה וואס האט פארשטענדליך שטארק הנאה געהאט, ווען נישט וואלט עס לאנג פארגעסן געווארן [פארשטייט זיך נישט אויף יענער וועלט]