היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווער פייניגט ר' מענדעלע און לאזט אים נישט רעדן?

ווער פייניגט ר' מענדעלע און לאזט אים נישט רעדן?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2884353

נפל » 22/3/2011 17:03

דעם פורים האבן די וויליאמסבורגער אהרונים זוכה געווען צו א געוואלדיגן התגלות פון זייער פורים רב, דער מאנהעטענער טאטע ר' מענדעלע טייטלבוים.
 
אינמיטן זאגן תורא, ווען ער איז געווען גוט אנגעזויפט האט ער זיך אנגערופן בזה"ל: הערטס מיך אויס! איינמאל א יאר מעג איך זאגן, א גאנץ יאר לאזט מען מיך נישט... דער זיידע אין אהבת ישראל זאגט...
 
די אהבה מוסתרת איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך, די באקאנטע שמועסן צווישן אים מיט די מאמע וד"ל האט אויפגעטון, און דער מענדעלע האט זיך פארליבט אין זיידן.
 
די אהרונים זענען אבער אויסן צו דערגיין ווער עס איז ער חצוף וואס לאזט נישט מענדעלע רעדן אגאנץ יאר, ווער שטייט אים אין וועג?! זיי זאגן זיי וועלן דאס אפשטעלן פאר יעדן פרייז און ברענגן די פארברעכער צו יוסטיץ.

שיףרבי » 22/3/2011 18:05

אריינשפאצירענדיג ארום בחצות מיטל נאכט פורים אין הופער ביהמ"ד האט זיך נישט געגלייבט וואס כ'זע הונדערטער אידן טאנצן און שפרינגן מיט שירות ותשבחות לכבוד היום, עלטערע אידן מיט יונגעלייט און קליינע קינדער מיט א זעלטענע אהבה און פרייליכע שטימונג, אויפ'ן אויבן אן זענען געטאנצן די 2 ברידער ר' מענדל און ר ' חיים הערש.
אשרי העם שככה לו!

כדרכו » 22/3/2011 20:22

ווי קען מען הערן די הערליכע פערל ווערטער פונעם עם הארץ פון פורים ווען ער האט אזוי שיין אריין געטייטשט אז אין די ווארט "פורים" איז מרומז די ווערטער "פירטס אים ארויס"...
איך האף אז די אהרוני האטליין וועט ארויפלייגן ס'גאנצע מעשה און נישט שטיקלען די דברי חיזוק ווי אין די פארגאנגענע יארן

פריינדליך » 23/3/2011 05:23

אינטערעסאנט. איך בין געווען ביי וויליאמסבורגער רב'ס טיש מיטל נאכט און איך האב נישט געהערט די ווערטער. קען זיין אז נאר די זאליס האבן געהאט די זכיה....