היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלי'ס בוטשער וויל צוריקשלעפן קונדן

זאלי'ס בוטשער וויל צוריקשלעפן קונדן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2884023

גוטזאגער » 18/3/2011 19:55

אין ''איד'' פון ערב שבת זכור איז דא א פול זייטיגער עמוד, צו קומען קויפן פלייש אין זייער 82 בוטשער
 ווייל מיט 50 אדער 60 יאר צוריק ווען קהל'ס בוטשער איז געווען קליין און היימיש ,
און מען האט אין געשעפט אליין געזאלצן און כשר געמאכט --
האט דער דברי יואל זי''ע געשריבן א בריוו אז מען זאל קויפן אין קהל'ס בוטשער.


מה יום מיומים?

וואס האט פאסירט אז מען דארף צוריקשלעפן די קונדן?

וואו זענען די קונדען געגאנגען , אז מען מוז באצאלן א פולן עמוד פאר'ן ''איד''?

צייגט דאס נישט די גרעסטע סימני דלות?

גוטזאגער » 18/3/2011 20:17



דאס מארקעטן פון דברי יואל'ס בריוו איבער פלייש קויפן אין קהל'ס בוטשער איז אויף א מגושמ'דיגער אופן אין זייער עד.


עס קוקט אויס אז מען האט גענומען א מארקעטינג קאמפאני , און זיי געגעבן א פרייע האנד , אבי ברענג צוריק די קונדן.