היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דזשיגאן מצות קאמפיין: קויפט ווייל דער רבי האט געהייסן...

דזשיגאן מצות קאמפיין: קויפט ווייל דער רבי האט געהייסן...

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883947

פישער_גאבע » 18/3/2011 06:16

נאך די שרעקליכע דורכפאל וואס די "מהודרת" מצות האט געליטן היי יאר שטערקער ווי אלע יארן, מיט די נאכאנאנדע ערעורים און ערענסטע הלכה שאלה דערויף, האבן די דזשיגאנער אהרונים נישט געהאט קיין ברירה, נאר אריינשטעלן א גאנצן פול קאלירטן מארקעטינג עד אין בלאט אז מ'זאל קויפן נאר ביי די אהרונישע מצה בעקעריי ווייל... דער רבי פארלאנגט פון אנ"ש זאלן קויפן אין זייער בעקעריי צוליב איר הידור.
 
דאס איז שוין נאך יארן פראפעגאנדע אז מ'האט אנדעקט אמעריקע מיט א נייע סארט ווייץ מיטן גרעסטן הידור וואס נאר פארהאן, און נאך וואס מ'האט שוין דערקלערט מיט פאטאס איינמאל און נאכאמאל אז ביז פאר אפאר יאר צוריק האט מען געגעסן חמצ'דיגע מצות מיט א היתר פון טאש, און די פולע מוח וואשעריי אז די ווייץ פון אריזאנע האבן נאך די אידן געגעסן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, און אז די מצות פון בית אופה דסאטמאר איז גזילה און אזוי ווייטער, האבן זיי נאכנישט באוואויגן זייער אייגענעם ציבור אז מ'זאל טאקע אהינקומען קויפן. און ווי עס שטעלט זיך טאקע ארויס אז הונדערטער אהרונים קומען נאך יערליך קויפן מצות אינעם בית אופה שע"י קהלתינו הק' אויף בראדוועי, און אפילו די ליטווישע מחמירים, וואס מ'פרובירט איינרעדן די קעלבער אז זיי גייען לשיטת הדזשיגאן עם הארץ מיט פלייש און מצות, קומען אויך אין די מאסן צום בית אופה פון קהילתנו הקדושה.
 
דעריבער איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז די אהרונים האבן מער נישט געהאט קיין ברירה, נאר ארויסגיין מיט א אפענעם רוף צו אלע זייערע נאכפאלגער אז זיי זאלן נאר קויפן מצות ביי זייער בעקעריי ווייל דאס איז דער רצון פון רבי'ן....

_________________

פישער_גאבע » 18/3/2011 06:18

ווער עס קען זאל ביטע ארויפשטעלן דעם עד וואס ערשיינט אין בלאט די וואך.

_________________

בניברקער » 18/3/2011 10:35

איך האב באמערקט אז מיינע המנטאשען האבן א זאלציגע טעם, זעהט אויס אז זיי זענען געמאכט געווארן מיט אריזאנע ווייץ...

פישער_גאבע » 19/3/2011 00:35

המן טאשן מעגן האבן זאלץ. אבער די מצות נישט, און דעריבער איז עס א חשש חמוץ גמור!

_________________

סענעטאר » 24/3/2011 18:58

גוטזאגער: מ'קען די וועלט נישט פאפען וואס הייסט מהודרת און וואס איז אסור לאכול !

איך בין נישט אויסן צו קומען אפילו אפווענדן איין איינציג ליגענט וואס שפריצט פון יעדע שורה וואס דער 'גוטזאגער' (וועלכער האט זיך געטוישט דעם היטל אויפן קאפ נאכן גענוג ברענען מיט זיינע גראבע און פרעכע שקרבים אלס רבי_יונה) אבער עס שרייעט פון זיך אליינס די אבסורד'יגע סטעיטמענט זיינע פון היינט:
מ'קען די וועלט נישט פאפען וואס הייסט מהודרת און וואס איז אסור לאכול !

מ'קען טאקע די וועלט נישט פאפען וואס עס הייסט מהודרת און וואס ס'איז אסור לאכול, דעריבער: קויפן טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן איבער גאנץ ניו יארק אין דער ארגיניעל סאטמארער מצה בעקעריי, אריינגערעכנט א גרויסע איבערוויגנדער פראצענט צאל פון די אהרונים, ביז מ'ברויך די אייגענע קעלבער קומען פארקויפן אז "מ'מוז קויפן ביי זיי" ווייל: "דער רבי האט געזאגט".

(איר ווייסט וואס נאך זייער "רבי האט געזאגט"? עי' דרשת בהמתו פארגאנגענע יאר חוה"מ פסח אין 14 הופער סטריט)