ברעקינג: אהרונים פעלשעווען בריוו פון רי"ד הארפענעס
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883664
דער בריוו פון הגאון המפורסם רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א אז ער שרייבט אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן אויף די קו"ק פון ביד"צ סאטמאר שליט"א איז פאלש מהחל ועד כלה
דאס איז מעשי ידיו פון דעם שפל ונבזה שמואל ווידער דער רעדאקטאר פון "בלאט", מער פרטיםוועט שפעטער נאכפאלגן
קיינער זאל זיך נישט אריינלאזן פון שקרים פונעם צד השני.
דו רעדסט ווי א נער. דו ברענגסט א געפרינטע בריוו מיט זיין נאמען. נאכדעם קומט ארויס א בריוו מיט זיין שריפט (דו קענסט זיך איבערצייגן אז עס איז זיין שריפט דורך קוקן זיינע הסכמות אין ספרים) און דו האלטסט אז איינער וועט דיר גלייבן אז די געפרינטע בריוו איז אמת? זייט ווען געט מען ארויס א קו"ק/בריוו מיט געפרינטע אינטערשריפטן???
דער בריוו איז פאלש
אויס די וועסט קוקן גוט אויפן בלאנק, וועסטו באמערקן אז דער מזייף האט פארגעסן צו נוצן דעם בלאנק פון רי"ד פון די לעצטע יאר,
רי"ד האט משנה געווען זיין בלאנק, אנשטאט שרייבן ישראל והזמנים ה' חלקים שרייבט ער היינט ו' חלקים
עס איז שוין פיר יאר וואס ער נוצט נישט דעם אלטן בלאנק.
דער אמת איז אזוי:
ווען ס'וואלט געווען א פאליטיק דא, וואלט זיך געקענט לייגן אויפן שכל, עפעס אזא מין בריוו, (אפי' אז אזוי ווי דעם איז זייער מאדנע, גיין שרייבן אזוי גראב אז רבנים האבן מזייף געווען זיין חתימה, און נאכדערצו אז ער איז געזיצען דארט אין בי"ד בשעתן דן זיין, און וואס איז נאכדעם געשען)
אבער ביי די מעשה, וואס דא איז נישט דא קיין שום שערוריה, פארוואס זאל ער נישט חתמנ'ען, אויב איז ער געזיצען ביים מושב, און אפי' אויב נישט וואס ברענט איהם צו שרייבן א צעטיל אז מ'האט מזייף געווען זיין חתימה???
נאר וואס דען
די איינציגסטע שערוריה דא קען זיין........
אז די ארונים האבן געכאפט א געזונטען פליק, אז ר' ישראל דוד חתמט אינטער צוזאמען מיטן פורים בי"ד. און אז די ערליכע מוסדות אין ירושלים ווען זיי האבן א שווערע שאלה ווענדן זיי זיך צום סאטמאר'ן בי"ד.
יעצט פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס זיי זענען ציווילדעוועט
אזש אזוי ווייט צו גיין פעלשעווען א צעטיל.
רב אייזנער. עס איז נישט רבנים וואס האבן מזייף געווען. עס איז פלעין אפאר זאלי ליידיגגייערס. דו ווייסט אליין אז עס איז פאלש ענקער בריוו. טא סטאפ מיט די ספינס וואס מאכט ענק אליין צונאר
איך האב געשריבן זייער א שכל'דיגע תגובה
אז ס'איז נישט דא קיין תירוץ, פאנגט מען אן צו ניצען די פיסטע ארוינישע מהלכים....
וואס מיין איך???
אטא דא האט עטץ........
פריינדליך שרייבט: דו ווייסט אליין אז עס איז פאלש בריוו
מיינסט אז מיטן שרייבן יעדער ווייסט, און אראפשטעלן די פנים מיט אזא זיכערקייט, וועסטו בעסער קענען פארקויפן דיינע לגיונות.....
און צו דיר האב איך א קשיא, פון וואנעט ביסטו אזוי זיכער אז עס איז פאלטש, אזוי אויף הונדרעט פראצענט, אז די קריכסט אפי' אריין אין מיין קאפ זאגענדינג: דו ווייסט אליין אז עס איז פאלש בריוו????
ווייטער שרייבסטו : עס איז נישט רבנים וואס האבן מזייף געווען. עס איז פלעין אפאר זאלי ליידיגגייערס.
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס די רעדסט
אפי' לויט דיין פאלשען בריוו, שרייבט ער אז ס'איז געווען א מושב בי"ד איבער דעם, פשט איז, אז דער נאך איז ארויסגעקומען די צעטיל, נו ווער דען זאל מזייף זיין אויב נישט רבנים???
און ווייטער נניח אז עס איז זאלי ליידיגייערס,
פארוואס איז זיי פינקט אריין אין קאפ צוצולייגען ר' ישראל דוד'ס נאמען, פארוואס נישט פיקן אן אנדערען רב.
און נאך שווערער איז וואס איז היינט געשען אז די זאלי ליידיגייער זאלן פעלשעווען א חתימה וואספארא אינטערעס איז דא אין דעם, פארוואס פינקט יעצט, און פארוואס דווקא ביי דעם נושא........
אויב שוין יא פעלשעווען, זאל שוין זיין מער פאליטישע נושאים, ווי למשל סידור קידושין, מצות מלוחות וכו'........
נאר וואס דען מ'האלט נישט אויס אז די סאטמאר'ע בד"ץ פירט די חרדישע וועלט,
אויב אזוי קימטס אויף מיט בעסערע ספין'ס.
סוג, קוק דיך אן וואספארא נער דו ביסט, דו פאטשט ענק אין פנים אלץ ווייל דו קענסט דיך נישט קיינמאל אפווישן די נאז און גיין צום נעקסטן ליגנט, ענק האבן געטהון א נארישקייט מיטן פעלטשן די חתימה פון ר' ישראל דוד מ'האט געפאקט ביי די גניבה, און בו ביום האט ר' ישראל דוד אריבער געשיקט א בריוו צו די עדה החרדית אז ס'איז פאלטש, און די ביד"צ פון עדה החרדית האבן טאקע געפסק'עט "נישט" ווי ענקער פורים קול קורא, וואס טוהט מען נאך אזא פלאפ, מ'ווישט זיך אפ די נאז, מ'ענטפערט נישט און מ'גייט אן ווייטער מיטן בליק אויפן נעקסטן ספין אולי וועט יענע בעסער געלונגען..
און אזוי טוהען דא טאקע אלע זאלי ניקס, קומסטו דו שוטה און קאכסט צוריק אויף די קאשע און דרעשט אין ענעקר שמוץ, אן צו כאפן אז דו ברענגסט נאר צוריק ארויף נאכאמאל און נאכאמאל ענעקר כעלעמישן פורימ'דיגן טריט וואס איז דורכגעפאלן מיט גרויסע בזיונות..
אוישש
די גייסט דא מיט די זעלבע מהלך ווי דיין חבר פריינדליך
אזוי שטארק אראפשטעלן די מציאות, אז מ'טאר שוין אפי' נישט רעדן דערפון
וויל איך דיר פרעגן אפאר קשיות, אבער איך דארף א תי'
א) פון ווי נעמסטו מיט אזא זיכערקייט, אז די חתימה איז א פאלטשע??
ב) די שרייבסט : ענק האבן געטהון א נארישקייט מיטן פעלטשן די חתימה פון ר' ישראל דוד מ'האט געפאקט ביי די גניבה, און בו ביום האט ר' ישראל דוד אריבער געשיקט א בריוו צו די עדה החרדית אז ס'איז פאלטש
אפשר קענסטו מיר געבן א דאטום ווען די בריוו פון בד"ץ דסאטמאר איז ארויסגעקומען, אז די שרייבסט בו ביום האט ר' ישראל דוד צוריקגעצויגן???
ג) די שרייבסט: און די ביד"צ פון עדה החרדית האבן טאקע געפסק'עט "נישט" ווי ענקער פורים קול קורא
אפשר קענסטו אנצייגן די חילוקים פון די צוויי פסקים, און אנדערע ווערטער וואס דארף מען טוהן לויטן פסק פונעם עדה, און וואס דארף מען טוהן לויטן פסק פון בד"ץ דסאטמאר???
ד) די שרייבסט: ענק האבן געטהון א נארישקייט מיטן פעלטשן די חתימה פון ר' ישראל דוד מ'האט געפאקט ביי די גניבה, און בו ביום האט ר' ישראל דוד אריבער געשיקט א בריוו צו די עדה החרדית אז ס'איז פאלטש, און די ביד"צ פון עדה החרדית האבן טאקע געפסק'עט "נישט" ווי ענקער פורים קול קורא
אן איטרעסאנטע זאך, זייט ווען ווארט די עדה ארויסצוגעבן א פסק, נאכן הערן וואס ר' ישראל דוד האט צו פסק'נן, אזוי אז גלייך נאכן בריוו פון ר' ישראל דוד האבן זיי ארויסגעגבן זייער צעטיל???
ה) אפשר ווייסטו וואס האלט ר' ישראל דוד אין דעם ענין אזוי ווי די עדה, אדער עפעס א דריטער מהלך??
ו) אפשר ווייסטו ווער איז געווען די שליח איבער צוגעבן די צעטיל פארן עדה??
פארוואס האט זיך בכלל ר' ישראל דוד באטיילוגט ביי א מושב בי"ד, פון דעם פורים בי"ד??
ז) וואס טיט זיך מיט קיווישד'ער רב, און מיט גאלאנטער רב, איז דאס אויך פאלש, און וואס איז זייער שטעלונג איבער דעם גרויסען פלוגתא אין דעם ענין????
אוייש
איר זענט נידעריגע מענטשן וואס זענען מזייף בריוו'ן, פון ברך משה, פון ר' שמעון ווייס, פון ר' ישראל דוד הארפענעס
און פון צווייטן זיין שטייט די העדה"ח און לאכן פון ענק, ווי איר זענט אלעמאל די לינקע פארשוינען, וואס האבן מיט די סאטמארער שיטה קיין שייכות נישט
סוג, דערווייל האסטו מיט דיין חבר סתם געבלאבעלט און מ'דארף נאך זיין בלינד דיר צו גלייבן, ווען קומט שוין די פינקטליכע דעטאלען פון די מעכטיגע פעלטשונג וואס דע האסט אויבן צוגעזאגט? אזוי לאנג נעמט דיר דאס מאל צו מאכען א מעשה?
מ'וועט ווארטן מארגן אויפ'ן בלאט
אויב דער פאלשער בריוו וועט זיין אין בלאט, וועט דא זיין די פארקערטע
| סוג כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער בריוו איז פאלש
אויס די וועסט קוקן גוט אויפן בלאנק, וועסטו באמערקן אז דער מזייף האט פארגעסן צו נוצן דעם בלאנק פון רי"ד פון די לעצטע יאר,
רי"ד האט משנה געווען זיין בלאנק, אנשטאט שרייבן ישראל והזמנים ה' חלקים שרייבט ער היינט ו' חלקים
עס איז שוין פיר יאר וואס ער נוצט נישט דעם אלטן בלאנק.
|
|
דו רעדסט פון ספר ישראל והזמנים?
ס'איז שוין דא ו' חלקים?
איך האב דא ביי די האנט א ספר "שושן פורים בהלכה" מיט א הסכמה פון רי"ד אונטערגעשריבן ויקרא תשע"א דארט שטייט מח"ס ישראל והזמנים ג"ח
סאו וואס גייט דא פאר?
ענטשולדיגט וואלןסח אז איך גיי נישט רעדןדירעקט אויף די שאלה וואס דו פרעגסט, נאר אזוי ווי איך זעה אז דו ביסט דא וואלט איך דיר געוואלט פרעגן אז דו זאלסט מיר מסביר זיין א צווייטע זאך, איך האב געזעהן ביידע בריוון פון דער בי"ד דאהי און דער עדה החרדית, און איך שעה נישט קיין שום סתירה קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס איז דער סתירה?
איינער פארשטייט פארוואס די בריוו פון עדה איז פראסק פאר די זאליס? איך ברעך מיך קאפ
דו האסט מיר געזען רעדן א ווארט בנוגע די בריוו פון די עדה?
איך האב נישט קיין אהנונג וואס גייט פאר דארט און ס'אינטערעסירט מיר נישט
איך האב נאר געזען ווי מען שרייבט דא וועגן די לעדער העד, און פונקט האב איך באגעגענט א הסכמה פון אים האב איך געכאפט א בליק צו זען דעם חילוק
קען מיר איינער ענטפערן אויף דעם
עס איז דא א טעיפ פון נעכטן ווי הגאון ר' ישראל דוד שליט"א זאגט קלאר אז ער האט אונטערגעשריבן אויפן בריוו פונעם ראב"ד שליט"א מיט'ן קיוויאשד'ער רב, און די אנדערע, און אז דער צווייטער בריוו און זיין נאמען איז פאלש.
דער טעיפ ליגט ביי מיר
נו, לייג'זשע ארויף אויפן פארק.
סוג כתב:
לייג עס ארויף דא!
די ארונים וועלן זיך שוין א עצה געבן, דערווייל זיי אונז מהנה.
אינטערעסאנט איז אז נאכדעם וואס מ'האט די אהרונים געמאלדן אז ס'דא א טעיפ פון ר' ישראל דוד וואו ער זאגט קלאר אז ער האט יא אונטערגעשריבן, האבן זיי קיין ווארט נישט געשריבן אין בלאט.
און דאס טוען זיי שוין מיט א רב וואס איז מכלומרשט אן אהרוני...
_________________
תחלית. ווי איז דער צווייטער בריוו?