היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א רימט אויס סאטמארע ישיבה גדולה

ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א רימט אויס סאטמארע ישיבה גדולה

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2883524

אייזנער » 16/3/2011 01:40


קיקטס דא, ממש אויפן מהלך פונעם רבי'ן דאל זיין געזונט בשעת'ן גרינדן די ישיבה גדולה, (וואס איז ווי באקאנט היינט, אלס די גרעסטע חסידעשע ישיבה אויפן וועלט)

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=25718

_________________

בחצרסטאמאר » 16/3/2011 04:45


איז א מחלוקה ר' מתתי' מיטן רבי'ן ז"ל וואס האט בדוקא יא געמאכט א דאמעטורי אין ישיבה כדי די בחורים זאלן לערנען פארטאג'ס

אומזיסט » 16/3/2011 04:59

בחצר, מען שרייבט נישט פאר מען ווייסט. די דארמיטארי איז אייביג אן געווען געמאכט נאר פאר אויסלענדישע בחורים. גארנישט  קיין קירבות מיט פארטאגס.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/03/2011 23:12:27

פריינדליך » 17/3/2011 15:26

אימזיסט. איך ווייס נישט צו דער בעל דבר"י. אבער דער בב"מ האט געשטופט אז אפילו ק"י'לע בחורים זאלן שלאפן אין דארמיטארי. פרעג דיך נאך

וואלןסח » 17/3/2011 17:04

איך מיין דער קעפל איז א שטיקל טעות, איך זע נישט ווי ר' מתתי' זאל רימען איינעם, טויש דעם קעפ צו "ר' מתתי' מאכט נאך די ישיבה גדולה"

ובענין ה'דארמיטארי' יש הרבה מה לדון, איך ווייס קלאר אז ווען די ישיבה איז געווען אויף סענז סט. זענען געשלאפן דארט בחורים אויך נישט פון אויסלאנד, אוודאי איז די רוב געווען אויסלענדישע ווייל ס'איז נאכנישט געווען דאן קיין בחורים פון קרית יואל אדער מאנסי קוים פון בארא פארק

אין מיינע אויגן איז דאס א סטעיטמענט "איך קען נישט (אדער איך וויל נישט) האלטן קיין קאנטראל מאך איך עס נישט"

מלך_מלכים » 17/3/2011 17:20

איז עפעס ראנג מיט זאגן איך קען נישט מאך איך עס נישט?
ווען דיין רבי זאל עס ווען קענען זאגן וואלט ער אסאך קאפ וויי פארמיטן

וואלןסח » 17/3/2011 17:38

גארנישט נישט ראנג

 

מיין עיקר תגובה איז געווען אויף די קעפל

אומזיסט » 17/3/2011 17:39

איך ווייס נישט וואס עטס דמיונט'ס, נישטא קיינער וואס זאגט אז א דארמיטארי איז א לכתחילה, סאיז ידוע אז די סיבה פארוואס אין פוילן גאליציע איז כמעט נישט געווען קיין ישיבות, איז געווען וועגן דעם פראבלעם. (כן שמעתי כמ"פ מפי ר' נחמן שטויבער ור' נפתלי).

די אונגארישע גדולים האבן געהאלטן אז אפילו אזוי, לוינט זיך נאך אלס ענדערש יא צו מאכן.

איך ווייס נישט וועגן ברך משה, אבער זיין זון, דער היינטיגער ראש ישיבה פון קרית יואל, לאזט דוקא נישט קיין ק"י'לע בחורים שלאפן אין דארמיטארי. עס איז אים גענוג וואס ער דארף זיך ספראווען מיט די אויסשטאטישע.

liner1 » 17/3/2011 23:09

SatmarBum » 18/3/2011 14:36

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="400" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*