לרבים השואלים
די מעשה איז, אז די געזעץ אין א"י איז, אז יעדע דיוועלעפמענט פון דירות מיז צושטעלען שטח ציבור, וואס דאס גייט פאר פארקס, מוסדות וכו', ביז די לעצטע יאר האט מען געקענט אפקויפען די שטח פון די ערי' - פארשטייט זיך פאר קליין געלט ממש פאר 2-3 פארצענט פון די עכטע ווערט -, עס איז געגאנגען אז טאמער די ערי' דארף נישט די לאט איז עס געגאנגען פאר די מדינה, און ביי די מדינה האט מען ערלעדיגט אז פאר די מוסדות על טהרת הקודש האט מען אפגעקויפט די לאטס פון די מדינה.
אבער דאס האט זיך גענדיגט, די מעיאר פון בית שמש זאגט אז ער האט גענוג פארלאנגען פאר שטחים, און וויל עס נישט געבן מער פאר די מדינה און אזוי מאכן דעם דריידל, נאר ווער עס וויל קען עס באקומען פון די ערי', און ווער נישט וועט קיין מוסדת נישט האבן.
נאך אזאך, די געזעץ ערלויבט נישט צו בויען קיין מוסדות אין בתי מדרשים אויף סתם לאטס, מען מעג בויען נאר אויף די שטח הציבור, דאס מיינט סך הכל אז טאמער די מוסדות על טהרת הקודש נעמען נישט קיין לאטס, קענען זיי קיין מוסדות נישט האבן אויף קיין שום וועג.
די עסקנים למען חינוך על טהרת הקודש זענען געזיצען מיט רבנים ובראשם הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א און רבי יושע ראזענבערגער שליט"א און באשלאסען אז לעת עתה איז נישט דא וואס צו טאן, און מען וועט מאכן א שווייג דערפון ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, ובפרט ווייל עס איז קיינמאל נישט געווען קיין עכטע לעזונג צו די פראבלעם נאר עס איז געווען אזא מכירת חמץ... פון די אנדערע זייט וועט מען פרובירען צו טאן וואס מען קען אז מען זאל צוריק שטעלען די זאך אז מען זאל קענען אפקויפען.
זענען געקומען די שלעכטע רשעים די סיקריקים און די צרי עין, און אנגעהויבען צו פארפירען און איבער דרייען די שטאט געוואלד..., רבי יושע ראזענבערג האט צוליב פרעשור געזאגט ידי מסולקת, איך האב מורא פאר מיין לעבן האט ער געזאגט פאר די עסקנים, אבער רבי נתן האט זיך יא געהאלטן און געזאגט אז עס איז נישט דא וואס צו טאן, און די רשעים מיינען נאר רשעות אז עס וועט נישט קיין מוסדת זיין וועלען די רשעים נאר הנאה האבן דערפון, פאשקאווילען האבן אנגעהויבען צו פליען קעגן רבי נתן, און די געמיינע טעראר האט זיך אנגעהויבען.
אזוי האט זיך געדרייט די זאך, ביז בי"ד האט באשלאסן צו ברענגן די זאך צו א מושב בי"ד, די זאליס מיט די רשעים באנאזאם וואס חלש'ן נאך אביסעל אידיש בלוט, האבן אנגעדרייט מיט גוטן און בייזן, ווי אויך האבן זיי געמאכט א בריוו פון די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס זייער לישקע סיין בי"ד - די וואס האבן מתיר געווען צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ - דער עיקר כדרכם פון זייער סיין בי"ד, קיינער האט זיי נישט אנגעפרעגט, און קיינער איז נישט נייגעריג און זייער מיינונג, זיי שרייבן בריוון אבי מען זאל זעהן זייער לעדער העד, אז זיי זענען בדי"ץ סאטמאר, דער עיקר איז די לעדער העד און די חתימות וואס שטייט און דערמיט איז בכלל נישט נוגע... ווי אויך א בריוו פונעם גרויסען קנאי דער פוסק הדור החכם משארמאש, און דער עיקר וואס די זאליס האבן פארפירט אז בי"ד זאל נישט שטעלן רבי נתן קופשיץ שליט"א אלס דער פוסק איבער דעם ענין.
ווי די פאשקאוויליען שרייבערס שרייבן דארט, אז מען טאר נישט נעמען די שטחים, און ווער עס האט גענומען טאר גארנישט טאן דארט, נישט אריין מופן, נישט בויען, נישט לערנען דארט וכו'.
בי"ד האט זיך צוזאם געזעצט און באשלאסען אז לעת עתה איז נישט דא וואס צו טאן, ממילא קען מען ווייטער בויען און לערנען דארט, נאר מען זאל פרובירען ווייטער בכל הכוח אז מען זאל עס קענען אפשטעלען, און טאמער מען וועט נישט קענען וועט מען טאן כהוראת הבדי"צ, וואס דאס מיינט נאך א מושב בי"ד, בי"ד האט זיך אויסגעלאכט פון די פאשקאווילען שרייבערס פון די לישקע סיין בג"ץ אינעם שארמאשער, בי"ד האט עס נישטאמאהל פאר געליינט, ווי רבי משה שטערנבוך האט זיך אנגערופען ווען די משוגעים האבן געברענגט די בריוון פון זייער לישקע בי"ד, קיינער האט זיי נישט געפרעגט, זיי פארשטייען נישטמאהל פון וואס מען רעדט, און פאשקאווילען שרייבערס האבן מיר גענוג אין א"י, און מען דארף נישט פארליינען דא אמעריקאנע פאשקאווילען.
די גרעסטע פליק וואס וואס די זאליס האבן געכאפט ווען בי"ד האט געשטעלט רבי נתן קופשיץ שליט"א אלס דער פוסק איבער דעם ענין.
נאך א נקודה אונזער דזשיגאן ר' זלמן לייב האט אויך אונטער געשריבען די בריוו פונעם לישקע, דער עיקר מען זעהט זייט נאמען, און ער לעבט אויף דער וועלט, די לשון הקודש העכערן בריוון קען ער נישטמאהל אויסליינען...
נאר רבי זעליג ראובן קאצינעלענבויגן פון תורה ויראה, איז אריין צו אים דא אין ניו יארק, און אים מסביר געווען אז ער גייט סתם מיטן קאפ אין די וואנט, ווייל עס איז נישט דא וואס צו טאן, און ער דארף נישט אלס ווי א בהמה אונטער שרייבן יעדע זאך וואס יוסף90 און די סיקריקים משוגעים ווילן, האט רז"ל געמאכט א פשרה אז פארן בי"ד זאל מען שיקן מיט זיין חתימה, אבער אויף די גאס זאל מען לייגן דעם צעטיל אן זיין חתימה...
א בייפאל פון א ליידיגייער, ממש חכמת יוסעלע גולם...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 16/03/2011 20:22:07