גרויסע סוקסעס ביים דינער לטובת ישיבה גדולה שיעור ד' בקרית יו...
אין פאר די הנהלה ווינטשן מיר אלע כה לחי!
אויב איינער פין מאנרא קען ארויף לייגן עפעס פין די צעטליך וואס ריפט דעם עולם אדער די איינלאדענונג וועל איך עם דאנקבאר זיין איך וויל מיר עס אוועק לייגן אין מיינע ארכיוון זאל מען זעען אז אויב וויל מען קען מען מאכן אזא זאך
ישר כח
תוקן על ידי nys10952 ב- 15/03/2011 19:57:59
מעמד "שלא יבוטל התמיד" לטובת ישיבה גדולה – שיעור ד'
היינט נאכט וועלן זיך אי"ה הונדערטער תושבי קרית יואל צוזאמענקומען ארויסווייזן שטיצע און חיזוק פאר די הנהלת הישיבה גדולה – שיעור ד', ביים גרויסארטיגן "מעמד שלא יבוטל התמיד" להחזקת הישיבה, וועלכער וועט אי"ה פאהרקומען אין גראנדיעזן זאל אין בנין הישיבה אויף די חברון גאס.
די אקטיוויטעטן און אירע מעלות פון די ישיבה גדולה שיעור ד' איז היינט ברייט בארימט אנערהאלב חצרות קדשינו ברוחניות ובגשמיות, און אוודאי פארשטענדליך אז מיט דעם קומט מיט די ריזיגע קאסטן פון אט אזא תורה'דיגע אימפעריע, ע"כ וועלן זיך אי"ה אנשי שלומינו תושבי קרית יואל גאר ווארעם אנרופן ביים מעמד וועלכער וועט אי"ה פאהרקומען בהשתתפות ובראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א – ראש הישיבה, וועלכער וועט אי"ה משמיע זיין דברות קודש לכבוד המאורע.
-שטיצט די הייליגע ישיבה-
•♦•
ערשטן דינער ומעמד "שלא יבוטל התמיד" לטובת ישיב"ג - שיעור ד' נעכטן - מאנטאג העעל"ט, אין קרית יואל נגידי וראשי ק"ק קרית יואל בעפאר'ן מעמד מוה"ר אברהם סופר הי"ו און מוה"ר שלמה בריסק הי"ו חברי הנהלת הישיבה ביים ארומגיין צווישן ציבור אויפטרייבן סכומים האברך מוה"ר אהרן יוסף לאנדא הי"ו, יו"ר הרבני החסיד מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנהל מוסדותינו הק' אין בארא פארק ביים מעמד הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ר"מ הישיבה מיט הבחור החשוב יעקב יצחק קליין הי"ו בן הגה"צ רב ודומ"ץ דקהלתינו הק' ב'לעיקוואד ביים סיום די חשובע אברכים עורכי המסיבות גייען אדורך צו באקומען זייערע פרסים און ברכת קדשו פון מרן רבינו שליט"א דער הערליך פארזאמעלטן ציבור בשעת די דרשה פון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנסי שליט"א ביי די דרשה נלהבה פון מוה"ר שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו חבר הנהלת הישיבה בשעת די דברות קודש דער ציבור שטיצט די ישבה מיט גרויסע סכומים ♦♦♦ הבהרה! אסור להעתיק תמונות ומוגעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת קלארשטעלונג! עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער, און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז: ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט. בכבוד רב


















